top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מלעלוב אין שטאט לעלוב אין פולין לרגל הילולא פון זקינו הרה''ק רבי דוד מלעלוב זי''ע

מאנטאג פ' בשלח ח' שבט ה'תשפ"ג



קול בחצרות - ברגשי קודש האָבן הונדערטער לעלוב'ער חסידים געפראוועט די הילולא קדישא פונעם ראש שושילתא קדישא הרה"ק רבי דוד'ל לעלובער זי"ע נעכטן זינטיג ביומא דהילולא ז' שבט, נאָכפאלגנדיג דעם הערליכע שבת בראשות נכדו כ''ק האד' מלעלוב שליט''א וואס איז ווי יאהר יערליך ארויסגעפארן בראש קהל חסידיו פראווענען די הילולא קדישא סמוך ונראה צום ציון הק' אין האט געפראוועט דעם שבת אין לעלוב באתרא דמר, ווען די גאַנצע הילולא קדישא איז געוואָרן צוגעשטעלט אויף אַ הערליכע פאַרנעם פאר די משתטחים על ציון קדשו דורך די חשוב'ע הכנסת אורחים אין לעלוב פוילין

אויף שבת איז ספעציעל אויפגעשטעלט געווארן א ריזן שאטער פאר די תפילות אין טישן, און דורכאויס שבת האט זיך אנגעזעהן א ריזן ציבור פון קרוב צו זעקס הונדערט חסידים וואס זענען געקומען צו פארן פון ארץ ישראל און פילע אנדערע שטעט, אזוי אויך די קינדער און איידימער פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצ"ל, בנו הצעיר אדמו"ר רבי יעבק יצחק בידרמאן מלעלוב ירושלים, חתנו הגה"צ ר' מענדיל גאלד אב"ד לובלין, חתנו הגה"צ ר' אברהם משה גרויס אב"ד קערעסטיר בערבעשט, און חתנו הגה"צ ר' ישראל ארנסטר שליט"א משגיח ישיבת וויזניץ אין בני ברק.

די געהויבענע טעג האט זיך אנגעהויבן פרייטאג אינדערפרי ערב שבת קודש, זיך גרייטענדיג צום מעמד הכנסת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום היכל הקדוש פונעם בעל ההילולא הרה"ק רבי דוד'ל לעלובער זי"ע. די ספר תורה האט מען אנגעהויבן שרייבן מיט איבער דרייצן יאר צוריק, דורך דער פריערדיגער לעלובער רבי הרה"ק ר' שמעון נתן נטע זי"ע, און אצינד האט מען זוכה געווען לברך על המוגמר און פראווענען די גרויסע חגיגה הכנסת ספר תורה.

פרייטאג אינדערפרי נאך שחרית איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות, אין די נאכמיטאג שעה'ן בערך א פערטל צו דריי האט מען געדאווענט א פייערדיגע תפילת מנחה, ווען צום עמוד איז צוגעגאנגען הגה"צ ר' ישראל ארנסטר שליט"א, און דערנאך האט זיך אנגעהויבן די תהלוכה ווען דער רבי האט אריינגעפירט די ספר תורה צום גרויסן שאטער וואס איז געווען צוגערישט אלס א בית המדרש לתורה ולתפילה. עס איז געווען א מחזה הוד צוצוזעהן די פרייליכע ריקודין ווען הונדערטער חסידים טאנצן אינאיינעם גאר פרייליך און לעבעדיג בשמחת התורה, אלע מלובש בבגדי שבת, א מחזה הוד וואס האט געצויגן נייגער ביי פילע איינוואוינער אין שטאט, וואס האבן נישט געקענט גלייבן וואס זיי זעהן, א בילד וואס איז נאכנישט געזעהן געווארן אין שטאט לעלוב זינט די צווייטע וועלט מלחמה.

די תהלוכה איז באגלייט געווארן דורך צוויי פערד און א קעניגליכע וואגן, א שעה צייט האט מען געטאנצן לעבעדיג ביז דער רבי האט אריינגעשטעלט די ספר תורה און ארון הקודש, נאך א שעה לערנען האט מען געדאווענט קבלת שבת, ווען צום עמוד איז דער רבי צוגעגאנגען מיט גרויס התעוררות.

ארום ניין אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש, וואס האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט, שבת אינדערפרי איז ווידער געפראוועט געווארן די תפילות און טישן אויף א געהויבענע פארנעם, נאכפאלגענדיג מיט א פלאם פייערדיגע שלש סעודות בהתרוממות און השתפכות הנפש.

מוצאי שבת איז פארגעקומען די צענטראלע מלוה מלכה און סעודת הילולא אינעם גרויסן שאטער, וואו מ'האט געהערט סיפורים ועובדות פונעם בעל ההילולא דורך הרב החסיד ר' יוסל גאלדבערג הי"ו. זונטאג אינדערפרי בעצם יומא דהילולא קדישא האט דער רבי געפראוועט א לחיים טיש נאכן דאווענען און פארציילט סיפורי צדיקים.

ארום צען דרייסיג פארמיטאג איז דער רבי אנגעקומען צום ציון הק' און אויסגעזאגט גאנץ ספר תהלים מיט א אומבאשרייבליכע התעוררות, העכער דריי שעה זענען הונדערטער אידן געשטאנען צונויפגעשטופט און געזאגט פרקי תהלים מיט בכיות נוראות אויספועל'נדיג אלעס גוטס. דערנאך איז געפראוועט געווארן די מעמד ההדלקה ווי דער מסורה אין לעלוב, און דער גאנצער ציבור האט געטאנצן לעבעדיג א לענגערע צייט.

ארום פיר אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום צענטראלן יארצייט טיש אינעם גרויסן שאטער, וואו עס איז אויך פארגעקומען די מעמד הנחת אבן הפינה פאר די נייע בנין הכנסת אורחים אין לעלוב, דער לעגענדארער עסקן און משמש בקודש הרב שמחה קרקובסקי האט אויפגעטרעטן מיט ווערטער ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון די יעצטיגע צייט, און דערביי האט ער פארקויפט די זכותים אפצוקויפן א צימער אין די בנין הכנסת אורחים, דערנאך זענען אלע תורמים נכבדים אריבער ביים רבי'ן מקבל זיין א ספר תהלים און א שטר שותפות אונטערגעשריבן דורכ'ן רבי'ן פערזענליך, דערנאך האט מען צוגעטראטן צום הויעכפוקנט פונעם מעמד ווען דער רבי שליט''א האט געגאסן דעם אבן הפינה אין דערנאך מכבד געוועהן די עסקנים אין נגידים די בנוי הבנין

די טיש האט זיך פארצויגן פאר בערך זעקס שעה אין א ציה, איין לאנגע קייט פון התרוממות הנפש און שמחה דקדושה, עס איז שוין געווען שפעט ביינאכט ווען די מעמד איז פארענדיגט געווארן, און דער ציבור האט זיך אנגעהויבן גרייטן צוריקצופליען אהיים מיט פילע זעק פון השפעות ברוחניות ובגשמיות.


Comments


bottom of page