top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת בית צדיקים • האד' מצאנז זמיגראד א חתן בשטומ''צ



קול בחצרות - חסידי ואוהדי בית צאנז זמיגראד איבער די וועלט זענען איינגעהילט אין א שמחהדיגע'ר שטימונג און א טיפע התרגשות ווען עס איז נארוואס אויפגענימען געווארן די פריידיגע בשורה איבער די גרויסע שמחה מיטן שידוך שליסן פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א פון בני ברק בשעה טובה ומוצלחת, עם בת גילו די כלה א טאכטער פון הגה"ח ר' אשר וואלנער מיקירי קרתא דשופריא ירושלים עיה"ק.


די רבי שליט"א הרה"צ רבי סיני הלברשטאם איז די עלטסטער זוהן פון כ"ק אדמו"ר בעל 'ביכורי חיים' מצאנז זמיגראד זצ"ל זוהן פון הרה"ק בעל 'אריה שאג' מצאנז זמיגראד זי"ע אין ציהט זיין הערליכער ייחוס ווייטער דור אחר דור צום הייליגן צאנזער רב זי"ע בעל 'דברי חיים' ולמעלה בקודש.


נאכן הסתלקות פון זיין פאטער חודש כסליו תשע"ז איז די רבי שליט"א אויפגענימען געווארן אלס ממלא מקומו באדמורו"ת צאנז זמיגראד, און פירט ווייטער אן די דזמיגראדער הויף במקום שהתפללו אבותיו אינעם צאנז זמיגראד בית מדרש אין בני ברק.


א צינד אינעם גרויסן טאג פון חמשה עשר בשבט ראש השנה לאילן זענען די חסידים ואוהדים פונעם זמיגראדער הויף דערפרייט געווארן מיט די גרויסע שמחה אז דער אילנא רברבא די ענף עץ אבות שלשלת הקודש לבית צאנז - זמיגראד ציהט זיך ווייטער, מיט א תפילה אילן במה אברכך פירותיך מתוקים, שכל נטיעות שנוטעים ממך יהיו כמותך


די שמחת הווארט קומט פאר יעצט אויפדערנאכט אין שטוב פונעם אבי הכלה אין עיר הקודש ירושלים.


Comentários


bottom of page