top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקרעטשניף כפר עטה וועט אונטערנעמען ערשטמאליגער מסע הקודש קיין בישטינא אין די ניין טעג

  • לפני 37 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

אן ערשטמאליגע דערהויבענע מסע הקודש אונטערן נאמען 'שווערע קוויטלעך' ווערט אונטערגענומען דורך כ״ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה שליט״א, צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, אינאיינעם מיט א עדה חסידים מעריצים און פילע אידן וואס ווילן אריינכאפן די געהויבענע ימי אורה און פועל'ן ישועות ביי די קברי הצדיקים.


דער הויפט ציל פונעם נסיעה איז אויסנוצן דעם שעת רחמים ורצון פון די ניין טעג פוקד זיין ציון קדשו פונעם צדיק נשגב און פועל ישועות דעם הייליגן רבי ר' מרדכי'לע מנאדווערנא זי"ע, אין שטאט בישטינא אין אוקראיינע, ווי דער הייליגער צדיק אליין האט זיך אויסגעדרוקט בחיים חיותו אז די שווערע קוויטלעך זאל מען צו אים ברענגען אין די ניין טעג, און פילע אידן האבן שוין געזען אפענע ישועות ביים הייליגן ציון אין אט די ימים המסוגלים.


די יעצטיגע נסיעה טראגט א באזונדערע באדייט, שטייענדיג נאך בתוך שנת האבל נאך די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה. עס ליגט נאך טיף אין די ביינער די יערליכע נסיעות פונעם רבי'ן ז''ל קיין בישטינא, און בפרט איז איינגעקריצט די לעצטע נסיעה מיט גענוי א יאר צוריק וואו דער רבי זצ"ל האט דאן אראפגעלייגט א אויסטערלישע עבודה ביים הייליגן ציון שטייענדיג געציילטע וואכן בעפאר זיין הסתלקות, וועט אצינד בנו ממשיך דרכו דער רבי שליט"א ממשיך זיין די הייליגע מסורת און ארויספארן דעם ערשטן מאל זינט'ן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת אויף א מסע הקודש לערי אבותיו, מיטן האפענונג טאקע צו פועל'ן גרויסע ישועות בכל הענינים.


די סדר הנסיעה וועט זיך בס"ד אנהייבן קומעדיגן מיטוואך דברים שפעט ביינאכט, ווען דער רבי וועט זיך ארויסלאזן פון ארץ ישראל מיט די פמליא אויפן וועג קיין קלויזענבורג פון וואו מען וועט ממשיך זיין צום עיר האבות סיגעט, דאס הייליג ארט וואס הרה"ק רבי אליעזר זאב מקרעטשניף זי"ע הי"ד האט אנגעפירט זיין הויף, דארט וועט מען פוקד זיין ביים ציון הק' פונעם הייליגן ייטב לב פון סיגעט זי"ע וצאצאיו הקדושים, און דארט פראווען א געהויבענעם שבת קודש במקום שהתפללו אבותי, אתרא קדישא סיגעט.


ערב שבת קודש וועט מען ארויספארן צום שטעטל קרעטשניף, פוקד זיין מקום מנוחתו פון הרה"ק ר' מאיר מקרעטשניף זצ"ל, און זונטאג נאכן דערהויבענעם שבת אין סיגעט וועט מען ממשיך זיין קיין אוקראיינע צום הייליגן שטאט בישטינא און פוקד זיין ציון קדשו פונעם סבא קדישא דער הייליגער ר"ר מרדכי'לע זי"ע, וואו עס וועט אפגעהאלטן ווערן א מעמד בוקע רקיעים פועל'נדיג ישועות ורפואות פארן גאנצן כלל ישראל.


נאכן מעמד הנשגב אין בישטינא וועט מען אריבערשפרייזן דעם גרעניץ קיין אונגארן צום קערעסטיר, און פון דארט זיך ארויסלאזן קיין בודאפעסט אויפן וועג צוריק קיין ארץ הקודש, פאר מער פרטים, זיך צו רעגיסטרירן פאר אש"ל, און זיך אנצושליסן אין דעם געהויבענעם נסיעה, קען מען רופן: 347-917-8901.



bottom of page