מעמד התייסדות חבורת 'בן מלך' פאר בחורי חסידי נדבורנא אין שפיץ פון מייסד ונשיא החבורה האד' מנדבורנא
- בחצרות הקודש

- 15 בינו׳
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' שמות • ט"ו טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין, JDN
בחצר הקודש נדבורנא איז בני ברק איז דעם מוצאי שבת אפגעהאלטן געווארן א גרויסארטיגן כינוס כללי אין מעמד ייסד חבורת 'בן מלך' פאר אלע בחורי החסידות, דער חבורה איז געגרינדעט געווארן בברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א מיטן ציל צו אריינבאקן אין די יונגע בחורים די יסודות מושגים וקנינים, אין עבודת השם.
די מעמד איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית נדבורנא וואו עס האבן זיך צונויפגענימען אלע תלמידי הישיבה רבנן ותלמידהון, בראשות כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א. עס איז אויפגעגעבן געווארן א רייכע סעודה לכבוד סעודתא דדוד מלכא משיחא, און עס האבן אויפגעטראטן מיט דרשות בארימטער משפיעים און בעלי דרשנים, הגה"צ רבי יעקב מייזליש אבד"ק עבודת הלב ליעזש, און הגאון רבי חיים דוד קובלסקי ראש ארגון מאורות הדף היומי.
דאן האט מען געהערט די משא המעמד דורכן רבי'ן שליט"א, וועלכע האט מבאר געוועהן דעם נאמען 'בן מלך' וואס מען האט געגעבן פאר די דאזיגע חבורה און מרחיב געוועהן בדיבורו איבער יסודות איתנים פון א חסידישער בחור נישט צו פארגעסן אז ער איז א בן מלך. ביים ענדע פונעם מעמד איז פארטיילט געווארן קונטרסים מיט די סדרי הלימודים אינערהאלב די חבורה.
















תגובות