top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערהאבענע מעמד חנוכת הבית וקביעת מזוזה פארן תלמוד תורה תולדות אהרן אין עיה"ק טבריה

  • Bechatzros admin
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

אין עיה"ק טבריה איז דעם זונטאג ליל ראש חודש שבט אפגעראכטן געווארן א געהויבענער מעמד "חנוכת הבית" און קביעת מזוזה פאר'ן פראכטפולן נייעם בנין התלמוד תורה על טהרת הקודש דחסידי תולדות אהרן, אין שפיץ פון די מנהיג העדה און נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכער וויילט די יעצטיגע שובבי"ם וואכן אין עיה"ק טבריה.

דער בנין איז פראכטפול אהערגעשטעלט געווארן מיט אלע צוגעהערן וואס פעלט זיך אויס פאר א פולשטענדיגע תלמוד תורה, וואו די טייערע צאן קדשים וועלן נתחנך ווערן אויף די אלטע אויסגעטרעטענע דרך, זייענדיג דאס איינציגסטע תלמוד תורה אין טבריה על טהרת הקודש, וואו עס ווערן נתחנך קרוב צו אכציג ילדי חמד תינוקות של בית רבן פון אלע יארגענג.


אין די אווענט שטונדן זענען די טויערן פונעם נייעם בנין געעפענט געווארן פארן ברייטן ציבור, וואו עס איז געווען צוגעגרייט א רייכע סעודת ראש חודש כיד המלך אינעם נייעם היכל התלמוד תורה, דער מעמד איז געווען קאמבינירט מיט א מסיבת הוקרה פאר די נדיבי עם קודש וואס האבן זיך געלאזט קאסטן סכומים הגונים ביים מגבית "פתחו לי" לטובת השלמת בנין התלמוד תורה.

דער יושב ראש המעמד, הר"ר אברהם יצחק כהן הי"ו, האט געעפנט דעם מעמד מיט ווארעמע דברי ברכה, באדאנקנדיג אלע עסקנים און שותפים, ער האט אויפגערופן דער מנהל רוחני הרה"ג ר' יואל סימאן שליט"א וועלכער האט אדרעסירט די מעמד מיט דברי פתיחה און א שבח והודאה על שהגיענו עד הלום.


מיט גרויס התרגשות האט מען מקבל געווען פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א בשירה ובזמרה, און בנוכחתו פון רבי'ן האט אויפגעטרעטן דער אורח הכבוד, הנגיד רבי יעקב מרדכי יאזשעף הי"ו, נדבן גמר הבנין, וועלכע האט שוין אויף זיין קאנטע א רייע פארנאסטישע נדבות אין ק"ק תולדות אהרן - טבריה זעלבסט, פארן ביהמ"ד, און פארן מיידל שולע, און האט אצינד מנדב געווען די חלק הארי צו קענען פארענדיגן דעם בנין כלול בהדרו.

נאך די ווארעמע דרשה פונעם נדבן איז פארגעקומען די מעמד "התחלת כתיבת האותיות" פאר א נייע ספר תורה וואס ר' יעקב מרדכי שיחי' טוט מנדב זיין אינאיינעם מיט א פראכטפולע ארון קודש פארן תלמוד תורה, וואו דער רבי שליט"א האט דערביי אריינגעשריבן די ערשטע אותיות אינעם ספר תורה.

דערנאך האט דער בארימטער גראמער הר"ר בנימין סטאריק הי"ו מהנה געווען דעם עולם מיט הארציגע גראמען, אינאיינעם מיט די קינדער פון די עלטערע כיתות אין תלמוד תורה.

דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי אלוקים חיים, און דערנאך פערזענליך פארטיילט שטרי שותפות פאר די חשובע תורמים וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן מיט סכומים הגונים לטובת די מגבית פארן תלמוד תורה, ווען דערנאך האט מען געהערט א ווארעמהארציגע דרשה דורכן רבינס זון, הגה"צ רבי משה קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אהרן טבריה.


צום שלוס פונעם מעמד איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צום הויפט שער פונעם בנין, וואו דער רבי האט קובע געווען די מזוזה בשם ומלכות און אנגעוואונטשן מברכות קדשו פאר אלע עסקנים און נדיבים.



תגובות


bottom of page