top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צַדִּיקִים יִרְאוּ וְיִשְׂמָחוּ • אלפי חסידים ביי געהויבענע חתונה בחצרות פשעווארסק - קרעטשניף י-ם | ברייטע דעקונג

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 9 בדצמ׳ 2024
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' וישלח • ח' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער


בשמחה וצהלה האבן טויזנטער תושבי אנטווערפען, פשעווארסקער חסידים און קרעטשניפער חסידים צוגלייך מיטגעלעבט די שמחה הרוממה בבית צדיקים, די חתונה פונעם חתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' דוד צבי הירש מייזליש שליט"א, זון פון הגה"צ ר' בעריש מייזליש שליט"א מווייטצען לאנדאן, מיט די כלה א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, א טאכטער פון חתנא דבי נשיאה הגה"צ ר' אלעזר פריעדמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן, זון פון הגה"צ ר' ברוך אברהם פריעדמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר העריסאן.


דורכ'ן טאג האט זיך אנגעזעהן מאסיווע הכנות סיי ביים ביהמ"ד פשעווארסק וואו עס איז אויפגעשטעלט געווארן א הויכע פלאטפארמע פאר די מעמד החופה, און אזוי אויך אין די גרויסע בית רחל זאל וואס איז צוגעגרייט געווארן מיט א הערליכע בימת הכבוד און הויכשטאקיגע פארענטשעס, צו קענען אקאמאדירן די אלפי חסידים ותושבי העיר, די בחורי הישיבות הקדושות פון שטאט, די הונדערטער געסט פון לאנדאן און אנדערע שטעט אין אייראפע, און פון אלע עקן וועלט.


די מעמד הקבלת פנים איז פארגעקומען אין פשעווארסקער ביהמ"ד וואו דער רבי האט מסדר געוועהן די כתובה - וואס ער זעלבסט האט אפגעשריבן בכתב יד קדשו. נאכן קבלת פנים איז מען ארויס צום באדעקן אינעם היכל הכולל און קורצליך דערויף זענען די אדמור"ים ארויסגעקומען צום מעמד החופה אויף די מערקאטאר גאס פארנט פון בית המדרש, וואס איז געווען שווארץ מיט הונדערטער חסידים זקנים עם נערים. כמנהג טשערנאביל איז דער זיידע די קרעטשניפער רבי ארומגעגאנגען די כלה אינאיינעם מיט די שושבינון.


דער מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א האט מכבד געוועהן די זיידע כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א מיט סידור קידושין, די עדי קידושין זענען געוועהן הגאון ר' חיים ארי' שפיטץ ראש ישיבת ווילרייק און הגאון ר' יעקב יוסף ברייער דומ"ץ סקווירא אנטווערפען. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער מצד החתן כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפען שליט"א, מיט די ברכות ראשונות זענען מכובד געווארן: הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א, די זיידעס הגה"צ רבי בעריש מייזליש מווייצטען שליט"א, הגה"צ ר' ברוך אברהם פריעדמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר העריסאן, די פעטער'ס הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א און הגה"צ רבי נפתלי אלימלך וואגשאהל אב"ד אפטא, ברכת אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א. נאכן חופה האט די רבי שליט"א אנגעוואונטשן און באדאנקט אלע משתתפים ביי די שמחה מיט ברכות לרוב, און דערנאך מכבד געוועהן די מחותן האד' מקרעטשניף ירושלים צו וואונטשן דעם ציבור.


נאכן חופה איז דער גאנצער ציבור אריבער צו די בית רחל זאל וואו עס איז געוועהן צוגעגרייט די סעודה כיד המלך, בשעת די סעודת החתונה איז דער זיידע די קרעטשניפער רבי ערשינען צו די שמחה ווערנדיג ענטפאנגען בשירה וזמרה, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויף א ריקוד אויפן אויבן אן און קורצליך דערנאך האט מען מקבל געוועהן פני קדשו פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א דער רבי האט זיך באלד געוואשן צום סעודת החתונה, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד מיטן חתן, און א באזונדערע מחול לצדיקים מיט מחותנו דער קרעטשניפער רבי שליט"א וינועו אמות הסיפים, א לענגערע צייט האט מען זיך מיטגעפריידט מיט לעבעדיגע ריקודין, ווען אויפן בימת הכבוד באטייליגן זיך אלע אדמורי"ם ורבני העיר, וואס זענען געקומען וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א און די מחותנים, הגה"צ גאב"ד אנטווערפען איז מכובד געווארן צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך א געהויבענע ריקוד מיט די זיידעס און מחותנים.


מיט ברכת הזמן על הכוס איז מכובד געווארן די פעטער כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן צו די שמחה. נאכן בענטשן האט הרב הערשל גראס אויפגערופן דער פשעווארסקער רבי שליט"א צו מצוה טאנץ מיט דברי חרוזין. די רבי שליט"א האט דאן אפגעראכטן די ריקודי קודש אויפן בימת הכבוד מיט גרויס דביקות און דערנאך געטאנצן מיט די חתן מחותנים און זיידע'ס. דאן האט מען אויפגערופן די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, וועלכע האט אפגעראכטן די עבודת הריקודין בהתלהות אש, צום ערשט דער 'אשת חיל' ריקוד קעגן די כלה, און דערנאך מיטן גארטל ארום און ארום כמנהג טשערנאביל. עס האט נאכגעפאלגט די מצוה טאנץ פון די אנדערע זיידע'ס און מחותנים און שלוס שלום חתן וכלה.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page