top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חגיגת חנוכת הבית פארן בנין בנות ציון דבאבוב אין לאנדאן אין כינוס אנ''ש חסידי באבוב באייראפע

מאנטאג תרומה כ"ט שבט ה'תשפ"ג


קול בחצרות - טויזענטער חסידי באבוב תושבי אייראפע און הונדערטער געסט פון איבעראל, האבן מיטגעלעבט געהויבענע שעות פון תענוג רוחני בצילא דמהימנותא עילאה, ביים היסטארישן חגיגה חנוכת הבית פאר די נייע בנין בנות ציון ד'באבוב אין לאנדאן, און צענטראלע כינוס אנשי שלומינו חסידי באבוב באייראפע, וואס איז פארגעקומען דעם מוצאי שבת קודש במוצאי מנוחה, אין ראם פון די היסטארישע מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א בקרב חסידיו אין לאנדאן.


מוצאי שבת תיכף נאך שלש סעודות, זענען געווען אויסגע'שורה'ט צענדליגע באסעס וואס איז בליץ שנעל איבערגעפולט געווארן מיט די טויזענטער חסידים, די הונדערטער געסט און תושבי העיר, די באסעס האבן ארויסגעפירט דעם ציבור צום מעמד חנוכת הבית און צענטראלע כינוס אנ"ש וואס איז פארגעקומען אין א ריזן פראכטפולן זאל אינדרויסן פון שטאט. די זאל איז געווען אויסגעשטעלט מיט איבער 2 טויזענט זיץ פלעצער אויף א הערליכע און אויגפארכאפנדע פארנעם מיט א מלכות'דיגע אויסשטעל, ערב שבת האבן די עסקנים צוגעלייגט נאך עטליכע הונדערט זיץ פלעצער צו קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור וואס איז געקומען צו פארן מיטצוהאלטען דעם געהויבענעם שבת, די ציבור האבן זיך געוואשן צו א סעודה בהרחבה כיד המלך, עס האבן מהנה געווען א גרויסע ארקעסטרא מיט כלי זמר אנגעפירט דורך הרה"ח ר' מאיר אדלער מיט'ן באקאנטע זינגער ר' יענקי דאסקל און די מלכות קאפעליע אנגעפירט דורך ר' פינחס ביכלער, וועלכע זענען ספעציעל געקומען צו פארן פון ארץ ישראל צום מעמד. אלס יו"ר המעמד האט געדינט הגה"ח ר' חיים ארי' ליפשיץ וואס אמו החשובה האט מנדב געווען די נייע בנין הבית חינוך לעי"נ הרה"ח ר' שלמה ישעי' ליפשיץ ע"ה און ער האט ארויסגעברענגט די הרחבת גבולי הקדושה אין די קהילה און מוסדות אין לאנדאן וועלעכע וואקסט און בליהט תחת פיקוחו פון הגה"צ די דיין שליט"א ובנשיאתו פונעם רב שליט"א, דערנאך איז געוויזען געווארן א הערליכע פרעזענטאציע פון די אויפבוי פון מלכות בית באבוב על אדמת אירופה דורך הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב, וואס ווערט ווייטער נמשך דורך יבלחט"א בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, ביים מעמד איז ספעציעל אויסגעטיילט געווארן א מזכרת א ספר וואס באשרייבט קורות הימים פון מלכות באבוב על אדמת אירופה, און אזוי אויך א ספר שבח והלל מיט דברי תורה פון אדמור"י בית באבוב אויף ימי הפורים, מיטן קונטרס מעשה חושב, מנהגים אויף ימי הפורים, אזוי אויך איז ערשינען די ספר הליכות עולם ארויסגעגעבן דורך הרה"ג ר' שלום דוד פאלגער שליט"א. צום הויכפונקט פונעם מעמד האט מען מקבל געווען פני הקודש ווען כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועלכער איז ערשינען אין זאל במלוא הדרו, דער ציבור האט אויסגעבראכן און פרייליכע טענץ, און דער רב האט זיך באגריסט מיט די רבנים המשתתפים, צווישען זיי האדמו"ר מסאדיגורה לאנדאן, הגה"צ ר' זאב פעלדמאן אב"ד תורה עץ חיים, אב"ד הענדאן, דומ"צ בעלז, און אב"ד אלעסק. די רב האט זיך געוואשען צום סעודה, און דערנאך האט מען געגעבן א מתנת הוקרה א זילבערענע וויין פלאש פאר האברך הדגול ר' יחזקאל ליפשיץ מנכ"ל קרן הבנין פון די נייע בנין, וואס האט זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש פאר די פראיעקט, און מהאט אויסגערופן אלע נדיבים בעם אדורכצוגיין מקבל צו זיין ברכת קדשו פונעם רב. דערנאך האט די רב אויפגעטרויטען מיט די צענטראלע דרשה פאר איבער אנדערטהאלבען שעה, ווי צום ערשט האט די רב אפגעגעבן א שבח והודאה לד' אז די שבת איז אדורך בלי שום מכשול, און זיך באדאנקט פאר אלע עסקנים וואס האבן אריינגעלייגט שווערע כוחות פארן שבת, דערנאך האט די רב פארברייטערט א גאר יסודותדיגע שמועס בענין חינוך הבנים והבנות אין די היינטיגע דור, דער רב האט א לענגערע צייט אויפגעשטורעמט דעם ציבור איבער די מלחמה לד' בעמלק מיט די טעכנילוגישע כלים וואס רייסט ארויס יעדע לחלוחית דקדושה, און האט ארויסגעברענגט אז אפילו מוואלט נאר געזעהן עניני רשות און נישט קיין דברים אסורים איז עס נאכאלץ אסור בתכלית האיסור וייל ס'נעמט איבער די גאנצע מענטש און מאכט עם פאר א דומם, די טעכנעלאגישע כלים האט אוועק גענומען יעדע הבדלה פון די גויע'שע גאס און יעדע סוג פון ערענסטקייט און כ"ש ווען מזעהט זיך אפ דברים אסורים. די רב האט מיט ווייטאג אויסגעשריגען מנהמת לבו הטהור וועגן די גרופעס וואס משיקט זיך און געזאגט אז אויף זיי גייט ארויף וואס די גמרא זאגו ד' כתות די גרופעס שאינם מקבלים פני השכינה. דער רב האט דערמאנט די תקנה וואס מהאט מתקן געווען פאר 8 יאר צוריק אז איינער וואס מיז האבן אזא טעלעפאן לצורך פרנסה מוז האב א אנדערע פשוטע טעלעפאון מיט וואס ער באניצט זיך אינדערהיים און אין ביהמ"ד און נאך בעסער אויב ער קען האבן טאבלעט אנשטאט א סמארטפאון, די רב האט אויך דערמאנט די וועד חומות ציון לעניני טעכנילוגיה וואס מהאט מיסד געווען אין ארץ ישראל און שפעטרע אריבערגעברענגט קיין אמעריקע און געבעטן אז די עסקנים און לאנדאן זאלן זיך אויך אריינלייגן דערין, די רב האט געזאגט אז יעדער דארף זיך מאכן גדרים וסייגים און אפילו די וואס האבן פשוטע טעלעפאנען זאלן מאכן גדרים נישט צו זיין צוגעבינדען דערצו א גאנצע טאג, און געבעטען אז יעדער ראש המשפחה זאל ביי מסיבות ומאורעות רעדן וועגן דער נושא צו ראטעווען זיך מיט די משפחה, די דרשה האט איבערגעלאזט גאר א שטארקע רושם אויף די פארזאמעלטע צו מאכן קבלות טובות בעניני טעכנוליגיה נאכן הערן אזעלכע דברים קילורין לעינים. נאך די דברות קודש האט מען זיך ארויסגעלאזט די גאנצע אויבן אן אין א פייערדיגע ריקוד בשיר ושבח לד', מיט'ן בענטשן איז נתכבד געווארן הנה"ח ר' יהושע ליפשיץ פון לאנדאן, און מהאט פארענדיגט די מעמד נאך 2 אזייגער פארטאגס.

bottom of page