היסטארישע "דרשו נסיעה" דורך משלחת גדולי תורה וראשי הישיבות לאזן זיך היינט ארויס קיין ראדין, ווילנא, וואלאזין
עודכן: לפני שעתיים (2)
דינסטאג פרשת בראשית - כ"ה תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

א היסטארישע משלחת גדולי תורה פון אריבער זעכציג רבנים וגדולי תורה ראשי הישיבות שליט"א בארץ ובגולה וועלן היינטיגן דינסטאג זיך ארויסלאזן צו די ציונים הקדושים אשר בארץ המה פון די גדולי מצוקי ארץ גדולי תורה וחכמיה, דער הייליגער חפץ חיים אין שטאט ראדין, דער ווילנער גאון אין שטאט ווילנא, און רבי חיים מוולאזין אין שטאט וולאזין זכותם יגן עלינו, אלס טייל פון די בארימטע "דרשו" רעוואלוציע, הויפזעכליך מתפלל צו זיין על מקום מנוחת קדשם להצלחת אלפי הלומדים פון חבורת דרשו, און דערביי אפצייכענען דעם דריי פאכיגן ציל פונעם היסטארישן נסיעה, מרומם צו זיין דעם לימוד הלכה בספרי המשנה ברורה במסגרת דרשו, און פייערן דעם מעמד חנוכת הבית מיטן איבערבוי פונעם היסטארישן ישיבת חפץ חיים אין שטאט ראדין וואס איז נארוואס איבערגעבויעט געווארן כימים מקדם, און דערצו אפרעכטן די היסטארישע 31'סטע "דרשו קאנווענשאן" וואס וועט פארקומען אינעם דעם אמאליגן עיר מלאה חכמים וסופרים ווילנא.
צווישן די חברי המשלחת ביים היסטארישן נסיעה ציילט זיך הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל שליט"א ראש ישיבת מיר, הגאון רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון וחבר מועצת גדולי התורה; הגאון רבי אברהם סלים שליט"א, ראש ישיבת מאור התורה וחבר מועצת חכמי התורה; הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א גאב"ד מערב בני ברק, הגה"צ רבי שמעון גלאי שליט"א; הגאון רבי מסעוד בן שמעון שליט"א דער ספרדישע רב פון בני ברק און נאך פילע ראשי ישיבות און רבני קהילות הקודש בארץ ובגולה.
איינס פון די צענטראלע הויכפונקטן פון די היסטארישע מסע המרומם, ווען זיין דער מעמד תפלה בהתאסף ראשי עם, ששים גיבורים סביב לה, 60 גדולי ומאורי הדור שליט"א ביים ציון הק' פונעם הייליגן חפץ חיים זי"ע אין שטאט ראדין, ווי מען וועט מתפלל זיין פאר די צענדליגער טויזנטער לומדי חבורת זכרן פון איבער די גארער וועלט, ולמען הכלל והפרט.
ובאותו מקום ביים ציון קדשו וועט ווערן אראפגעלייגט די היסטארישע "ספר הגיבורים" מיט די נעמען פון אלע טויזנטער לומדים וועלכע זענען זיך מקבל צו לערנען דעם "עמוד יומי" אין משנה ברורה, וואס מיט דעם טוט מען טראנספארמירן און אנשליסן נאך צענדליגער טויזנטער לומדים בספריו הק' פונעם הייליגן חפץ חיים זי"ע.
באותו מקום קדוש וועט געפייערט ווערן דער היסטארישער מעמד "חנוכת הבית" מיטן איבערבוי פונעם היסטארישן ישיבת חפץ חיים אין שטאט ראדין, וואס האט אין די יארן פארן צווייטן וועלט קריג געדינט אלס איינס פון די גרעסטע ישיבות בעולם התורה, און אצינד ווען עס איז שוין ליידער נישט פארהאן קיין לומדים צווישן אירע הייליגע ווענט, טוט אבער דער התחדשות הבנין רעפרעזענטירן די טיפע קשר אמיץ פון די היינטיגע עולם התורה איבער די גאנצע וועלט, זייענדיג א דירעקטע המשכה פונעם ישיבה הקדושה אין ראדין כימים ימימה ביי איר לעכטיגן גלאררייכן אמאל איידער די ביטערע וועלט קריג בהלו נרו על ראשינו.
אזוי אויך וועלן די גדולי ומאורי הדור שליט"א מתפלל זיין ביים ציון הק' פון רבי חיים וואלאזינער זיע"א אין שטאט וואלאזין להיפקד בדבר ישועה ורחמים למען הכלל והפרט.
נאך א זעלטענע הויכפונקט וועט זיין נאכן עלי' לציון אין שטאט ווילנא ביים הייליגן ווילנער גאון זי"ע, ווען יס וועט אפגעראכטן ווערן די היסטארישע 31'סטע "דרשו קאנווענשאן" וואס דערמיט וועט געשלאסן ווערן די געהויבענע מסע המרומם, ווי דער היסטארישע "קאנווענשאן" בהשתתפות גדולי ומאורי הדור שליט"א וועט פאראייניגן און סימבאליזירן די הייליגע מורשת פון די גדולי הדורות זכותם יגן עלינו מיט זייער שאיפה בלימוד הלכה, וואס דער לימוד הלכה איז היינט צוטאגס ב"ה פארשפרייט געווארן אלס א ברייט פארצווייגטע תורה נעץ איבער די גארער וועלט, און דערמיט פארשטארקערן די פאראייניגטע כח לימוד בהלכה פאר נאך צענדליגער טויזנטער אידן איבער די גארער וועלט מדי יום ביומו.





תגובות