זונטאג פ' כי תשא • ט"ז אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט דעם פרייטאג נאך תפילת שחרית במקום הנופש אין מיאמי פלארידע אפגעראכטען שולחנו הטהור לכבוד פורים קטן אין קערעסטירער ביהמ"ד וואו א גרויסע ציבור אידן האבן מיטגעהאלטן דעם טיש, אזוי אויך פילע אידן פון ארומגיע געגענטער אין פלארידע, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און די רב האט פארגעזינגען אשר הניא און שושנת יעקב כנהוג, אין דאן משמיע געווען דברות קודש מענייני דיומא. בשעתן טיש איז געקומען זיך משתתף זיין הגה"צ ר' משה וואלפסאן שליט"א אב"ד אמונת ישראל. די רב שליט"א האט ענטפאנגען די משגיח בכבוד הראוי און ארומגעשמועסט שיינע ענינים, דערנאך האט איינע פון די אינגעלייט מאברכי קהילת אמונת ישראל געזינגען גראמען לכבוד היום און די גאנצע ציבור איז דורך וואונטשן לחיים. צווישן אנדערע האבן זיך משתתף געוועהן ביים טיש האדמו"ר מצאנז סטראפקוב און הרה"ג ר' בנימין פעלבראנד אב"ד קדושת לוי נארט מיאמי, אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן צווישן די משתתפים הרה"ח ר' משה פריעדמאן משב"ק אדמור"י סאטמאר און הרה"ח ר' אליעזר קעסטענבוים מראשי ק"ק סאטמאר.
Comentários