top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מודים דרבנן: פארכטיגע מעמד בקשת מחילה דורך האד' ממחנובקא בעלזא אין בית החיים זכרון מאיר

מאנטאג פ' תזריע • כ"ט אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


א זעלטענער מעמד מחילה איז היינט נאכמיטאג אפגעראכטן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א ביים בית החיים זכרון מאיר אין בני ברק, וואו דער רבי שליט"א האט ברוב ענותנותו וטוהר מידותיו געבעטן מחילה ביים קבר פון א חשוב'ן אדמו"ר זצ"ל, אלס חשש אז ער האט פוגע געווען בכבודו הרם.


דעם רבי'נס מקורבים זענען געכאפט געווארן אין שאק ווען נאך שחרית האט דער רבי געזאגט פאר'ן משב"ק אז מ'זאל צאמשטעלן א מנין, און ער וויל ארויפגיין צום בית החיים אין זכרון מאיר, נישט אנגעבנדיג די סיבה פונעם גיין.


ארום האלב איינס מיטאג איז דער רבי אנגעקומען צום בית החיים. דער רבי האט צוגעטרעטן צום ציון פון דעם חשוב'ן רבי'ן, אפגעליינט דעם נוסח המצבה, און דאן גענומען דעם סידור חכם צבי וואס האט באלאנגט פאר הרה"ק מבעלזא זי"ע, און פון דעם מתפלל געווען עטליכע תפילות וואס מ'זאגט אויף א ציון, און נאכ'ן זאגן פרקי תהילים געזאגט א קדיש יתום.


דערנאך האט דער רבי געעפנט א שו"ע אין הלכות יום כיפור סימן תר"ו און פארגעלערנט די הלכות פון ביקוש מחילה פון א נפטר, און אז מ'דארף מפרט זיין וואס מ'האט געטון און אויסטון די שיך. דאן איז געקומען דער הויכפונקט, א חרדת קודש נעמט ארום אלע ארומיגע, ווען דער רבי טוט אויס די שיך און הייט אן דערציילן צו וואס ער איז אהערגעקומען בעטן מחילה.


דער רבי האט דערציילט מעשה שהיה כך היה. מיט אסאך יארן צוריק איז פארגעקומען א היימישע חתונה וואו דער רבי וואס ליגט דא, אן איש חשוב מאוד, איז געווען א זיידע. פאר די חתונה איז מען אים געקומען מכבד זיין מיט סידור קידושין, און ער האט אנטזאגט, ווייל אויב ס'איז דא א זיידע זאל מען אים מכבד זיין מיט סידור קידושין. די מחותנים האבן זיך אבער גע'עקשנ'ט און געוואלט דייקא מכבד זיין דעם מחנובקא בעלזא רבי'ן, און אנגעגעבן אז דער זיידע וועט זיכער נישט וועלן אננעמען דעם כיבוד, און אויף דעם סמך האט ער בדיעבד מסכים געווען צו זיין מסדר קידושין.


למעשה האט ער לעצטנס זיך געטראפן מיט איינעם פון די אייניקלעך פון דעם רבין, און ער האט אים אנפארטרויעט אז דער זיידע האט למעשה געהאט א חלישות הדעת פון דעם וואס מ'האט מכבד געווען א צווייטן מיט סידור קידושין.


א טרייסל האט יעדן באנומען ווען דער רבי האט אויסגעפירט מיט א שברון לב און נמיכות רוח "וועגן דעם בין איך דא געקומען בעטן מחילה, אפילו כ'ווייס כ'האב גארנישט געטוהן, במזיד זיכער נישט, און אפילו נישט בשוגג, אבער וויבאלד ס'האט געברענגט חלישות הדעת, און כ'בין אומדירעקט געווען א גורם צו דעם, בין איך געקומען בעטן מחילה" און דערביי געזאגט מיט אן אימה ויראה דעם נוסח "חטאתי לאלהי ישראל ולפלוני זה שחטאתי לו" ווען דער ציבור ענטפערט נאך מיט א שטילן קול "מחול לך, מחול לך מחול לך".


דערנאך האט דער רבי גערעדט עטליכע מינוט איבער'ן גדלות פון דעם רבין זצ"ל, און פארלאזט דעם בית החיים.


bottom of page