כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א אנגעקומען צוגאסט אין ארצינו הקדושה
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' כי תבא • י''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

ברגשי כבוד ושמחה האבן פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה אין ארה"ק מקבל פנים געווען פני כ"ק אדמו"ר מגאללאנטא שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך און האט געפרויעט א געהויבענעם שבת אין ירושלים עיה"ק מיט דאס השתתפות פון א גרויסן ציבור תלמידי וחסידי גאללאנטא.
אין די טעג איידער דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג אריין, האבן פילצאליגע אידן תלמידים וחסידים אין ניו יארק, אויסגענוצט די געלעגענהייט איבערצוגעבן פאר'ן רבי'ן שליט"א "קוויטלעך" דאס פארצוליינען ביי די מקומות הק' אין גליל.
מיטוואך נאכט האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין וועג אריין, און איז אנגעקומען קיין ירושלים וואו דער רבי שליט"א איז צוגעפארן צו ביתו נאוה קודש אויף רחוב הבעש"ט אין ירושלים.
דאנערשטאג נאכט נאך תפלת מעריב איז אפגעראכטן געווארן דער גרויסער מסיבת קבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן שליט"א אין היכל ביהמ"ד "גאללאנטא" אויף רחוב בית ישראל אין ירושלים, וואו דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, און דער ציבור איז פארריבער שלום-נעמען פונעם גרויסן גאסט שליט"א.
במשך דעם שבת האט א גרויסער ציבור געשטראמט מיטצוהאלטן די ווארעמע תפלות און עריכות השולחנות וואס דער רבי שליט"א האט געפרויעט בהיכל בית מדרשו אין ירושלים עיה"ק, וואו מ'האט זיך דערווארעמט ביי די ווארעמע תפלות און געהויבענע טישן, ובפרט ביי די דברות קודש וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען בדברי הכנה לקראת הימים הנוראים.
במשך די ימי הביקור האט א גרויסער ציבור געשטראמט מקבל צו זיין מברכות צדיק, און דער רבי שליט"א האט מתפלל געווען אויף די מקומות הק' אין גליל, זייענדיג מעתיר ומפציר בתפלה לישועתן של ישראל.









תגובות