top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נתרפאה המשפחה • שמחת הברית לנכד כ"ק האדמו"ר מערלוי שליט"א

מיטוואך פ' ויקרא • י' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שמואל דריי


בחצר הקודש ערלוי איז דעם מאנטאג פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א, אייניקל ביי בנו יחידו הרה"צ רבי שלום צבי סופר שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויז'ניץ שליט"א בן הנולד ביי בנו הגדול הרב משולם ישכר סופר איידעם ביי הרה"צ רבי שמעון שמואל הלברשטאם אב"ד דברי משה, איר אייניקל פון הגה"צ רבי יקותיאל ליברמאן אב"ד סאדיגורא ירושלים, עס איז פארגעקומען אין בית המדרש הגדול ערלוי אין קטמון - ירושלים.


מיט סנדקאות איז מכובד געווארן די עלטער זיידע אב"ד סאדיגורא ירושלים, די רבי שליט"א האט געזאגט די ברכות, ויקרא שמו בישראל ברוך נאכן זיידן הרה"ק רבי ברוך מגארליץ זי"ע וואס די רך הנימול איז געבוירן געווארן ביומא דהילולא דיליה ר"ח אדר, מיט עמידה לברכות איז מכובד געווארן די פעטער הגה"צ ראש ישיבת ערלוי. עס האט נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים וואו מען האט געזינגען ניגוני שמחה און די רבי האט משמיע געווען דברות קודש.


די סעודת ברית איז פארגעקומען במעון הקודש פונעם זיידן האדמו"ר מערלוי שליט"א מיט די באטייליגונג פון די קרובי המשפחה.


נולד בן זכר נתרפאה כל המשפחה













bottom of page