קשה פרידתכם: הגאון ר' שמואל עקיבא שלעזינגער שליט"א זאגט זיך אפ פון רבנות אין שטראסבורג נאך איבער 60 יאר
דינסטאג שבוע שחל בו סוכות • י''א תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט שווערע געפילן פון "קשה עלינו פרידתכם" ווערט אויפגענומען אינערהאלב די אור-אלטע חרד'ישע קהלה "עץ חיים" אין שטראסבורג פראנקרייך, אז דער פיליעריגער באליבטער רב, הגאון המפורסם מזקני רבני צרפת, רבי שמואל עקיבא שלעזינגער שליט"א, וועט נאכ'ן זיצן אויפ'ן ארטיגן כס הרבנות פאר אריבער "60 יאר" כולן שוין לטובה, פארלאזן די רבנות-אמט.
דער רב האט געלאזט מעלדן די בשורה אויף אן אומגערישטן פארנעם, דורכאויס זיין וועכנטליכער מוסר-שמועס וואס ער געבט יעדע וואך דאנערשטאג פאר די בני הקהלה, דורך טעלעפאנישע פארבינדונג.
דער רב האט זיך צוערשט מתנצל געווען אויף דעם וואס ער האט היי-יאר ראש השנה צום ערשטן מאל נאך צענדליגער יארן נישט געוויילט אויף יו"ט ראש השנה אינאיינעם מיט די בני הקהלה אין שטראסבורג, און דאן אריבער רעדן איבער די הנהגת הקהילה, אז אין די נאנטע צוקונפט פלאנט ער צו פארלאזן די רבנות פאסטן, און ס'וועט זיך פארלאנגען צו אפירזוכן א נייעם רב וואס זאל ערפילן זיין ארט.
דער רב שליט"א איז א זון פון די לעגענדארע משפחת הרבנים לבית שלעזינגער, זיין ברודער איז הגאון המפורסם ר' אברהם יפה שלעזינגער שליט"א בעל באר שרים, וועלכער האט פאר צענדליגער יארן געדינט אלס רב אין גענף שווייץ. צווישן די קינדער פונעם רב ציילט זיך הגה"צ המשפיע רבי ישראל דוד שלעזינגער שליט"א רב דקהל שערי תפלה אין מאנסי, און הגאון ר' יהושע אליעזר שלעזינגער שליט"א פון מאנסי.
די בשורה איז זייער שווער אויפגענומען געווארן ביי די גאנצע קהלה, וועלכע האבן פאר אזויפיל צענדליגער יארן זוכה געווען צו נהנה זיין מאורו והרבצת תורתו, שטייענדיג אין שפיץ פון די קהלה מיט א געטריישאפט און ווארעמקייט פאר יעדן קהלה מיטגליד, פארגעלענט שיעורים, גע'פסק'נט שאלות און פארפיגט אויף די כשרות, אנגעפירט מיט'ן כולל, א.א.וו. אלע רבני'שע פונקציעס וואס ער האט געפירט מיט א געוואלדיגע הצלחה במשך די אלע יארן, ארויסשיינענדיג אלס איינע פון די אנערקענסטע רבנים מפורסמים ביי יהדות פראנקרייך.
ביים זיך אנטזאגן פון די רבנות האט דער רב באטאנט אז ער קען טאקע נישט קובע זיין ווער ס'זאל ממלא זיין מקומו, אבער ער רעקאמענדירט אויפצונעמען הרה"ג ר' יוסף חיים וואקנין שליט"א אויף כאטש אינצווישן, ווילאנג די קהלה וועט אויפנעמען א נייעם קביעות'דיגן רב. דערביי האט דער רב זיך געוואנדן מיט א פערזענליכע ווענדונג צו אלע בני הקהלה אז מ'זאל זיך קומען משתתף זיין ביי די שבת שובה דרשה וואס הרב וועקנין וועט איבערגעבן.





תגובות