top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

השתדלו והרבו תחינה • האד' מראחוב אנגעוויזן אויף רחמי שמים נאכן ליידן פון א הארץ אטאקע

זונטאג פ' תרומה • ב' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים, לרפואת כ"ק האדמו"ר מראחוב שליט"א, וועלכער האט ליידער געליטן פון א הארץ אטאקע, און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים.


די רבי שליט''א וועלכע האט נארוואס פארענדיגט די שבע ברכות נאך די חתונה פון א קינד - איז היינט אוועקגעפאלן אין שטוב, אין איז אפגעפירט געווארן אין איילעניש צו די לניאדא שפיטאל אין נתניה אויף באהאנדלונגען. די רבי וועט מארגן צופרי דורכגיין א מעדיצינישער פראצעדור איינצופלאנצן א פעיס-מעיקער אויפן הארץ, אין איז ערווארטעט צו פארבלייבן דארט אין שפיטאל פאר עטליכע טעג, כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה, מרן יחיאל מאיר בן רעכל בתוך שאר חולי ישראל.


והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים

Commenti


bottom of page