top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רירנדע חומש סעודה פאר ילדי תלמוד תורה 'יוצאי בוכארא' אין קווינס אפגעהאלטן בבית מדרשו פון האד' מקאלוב נשיא המוסד

  • Bechatzros admin
  • 24 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' קרח • כ"ח סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

אן התרגשות'דיגע מעמד 'חומש סעודה' איז היינט פארגעקומען בבית מדרשו פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש אין וויליאמסבורג, דורכן בוכארישע תלמוד תורה אין קווינס.


ווי באקאנט, האט כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א מייסד געווען די חדר 'משה רעיא מהימנא' פאר ילדי עדת בוכארא לויט זייער מסורה, אן קיין שום שינוי. די חדר באשטייט היינט צו טאג פון קרוב צו 100 קינדערלעך בלי עין הרע, און אצינד ווען די קינדער אין כתה א' האבן אנגעהויבן לערנען חומש, איז געפראוועט געווארן זייער 'חומש סעודה' אויף א געהויבענע פארנעם אין קאלובער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, וואו דער נשיא המוסד כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א איז אריינגעקומען מיטהאלטן דעם מעמד בשארית כוחותיו.


אנהויב מעמד האבן די קינדערלעך געזינגען ספציעלע ניגונים לכבוד המאורע, עס איז נישט געווען קיין טריקן אויג און ביהמ"ד זעענדיג די לעכטיגע תשב"ר אנגעטוען בבגדי שבת מיט פאות מיט ציצית אינדרויסן וואס מיט בלויז 40 יאר צוריק האבן זיך זייערע זיידעס געמוטשעט מיט תורה ומצוות אונטער די קאמעניסטישע נעגל, וואס האבן אויסגעריסן יעדן זיק של יהדות. עס האט אויפגעטראטן מיט דברי ברכה הגה"צ ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א אבד"ק ישראל והזמנים מרבני המוסד, און דערנאך האט דעם רבינ'ס זון הגה"צ אבד"ק קאלוב וויליאמסבורג שליט"א פארטיילט חומשים פאר די קינדער.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page