בליץ-באזוך דורך האד' מסאדיגורא לאנדאן אין אנטווערפען צו באשיינען חתונה בבית מקורבו הרב יוסף שלמה ראטה
- Bechatzros admin
- 3 במרץ
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 4 במרץ
מאנטאג פ' תצוה • ג' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

דעם דאנערשטאג נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מסאדיגורא לאנדאן שליט''א אנגעקומען אויף א בליץ באזוך קיין אנטווערפען צו באשיינען די חתונה בבית איש אמונו דער משמש בקודש הרה''ח ר' יוסף שלמה ראטה הי"ו. דער רבי האט געהאט די אכסניא איבערן טאג אין שטוב פון בנש"ק הרב דוב בער פרידמאן שליט"א מטשארטקוב. אין לויף פונעם טאג האט דער רבי באזוכט ביי כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א, ביים מרא דאתרא הגאון הגדול גאב''ד אנטווערפען שליט''א און ביי כ''ק האדמו''ר מצאנז זמיגראד שליט''א.
באנאכט האט דער רבי באשיינט בראש המסובים ביי די חתונה וואו דער רבי איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתה ביים חופה און שפעטער זיך משתתף געוועהן ביים סעודת החתונה. בשעת די חתונה האט דער אנטווערפענער רב שליט"א אין זיין דרשה מקדם געוועהן דעם רבי'ן שליט''א בברכת ברוכים הבאים.
נאכן בענטשן איז דער רבי געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה באש קודש, און דערנאך געטאנצן א באזונדערע ריקוד מיטן איש אמונו הרה''ח ר' יוסף שלמה הי"ו, באלד נאכן חתונה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין וועג צוריק קיין לאנדאן.
















תגובות