top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לעושה נפלאות גדולות: האד' ממונקאטש פארארבעט מעשים בעת די דרמאטישע פליי-דוביי פליגער אינצידענט

לפני 5 שעות
זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פרשת בראשית - כ"ו תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין די צייט וואס די גאנצע אידישע וועלט שטורמט נאך מיט די גרויסע חסדי ה' און ניסים גלויים וואס האט זיך אפגעשפילט ביי דעם שרעקליכן פליי דוביי פליגער היידזשעקינג אינצידענט, איז דער געשפרעך פון טאג ביי חסידי מונקאטש די אומגעוונליכע עפיזאד און דבר פלא וואס זיי האבן בייגעוואוינט עין בעין, ווען כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א האט בו בזמן פון די דראמאטישע געשעניש אריינגעארבעט מעשים כבירים שלא כהרגלו צום גרויס וואונדער פון די חסידים.


עס איז געווען שפעט ביינאכט אין אמעריקא, ווען כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א האט מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד אושפיזא דאהרן אינעם גרויסן סוכה הגדולה בחצר הקודש מונקאטש אין בארא פארק, בשעתן זינגען דעם נייעם הקפה-ניגון וואס דער רבי שליט''א האט ספעציעל פארפאסט לכבוד יום טוב שמחת תורה דהאי שעתה, צוגעפאסט מיט די ווערטער "הודו להשם כי טוב", כנהוג מדי שנה בשנה צו זינגען ביי די סוכות טישן דעם נייעם הקפה-ניגון, בשעת דער רב טאנצט על מקום קדשו און איז מעודד די ריקודין מיט גרויס התלהבות.


אינמיטן די ריקודין האט זיך דער רב שליט''א טיף פארטראכט מיט גרויס דביקות, און דערנאך צוגערופן דער בעל מנגן ר' שמעון ענגל הי"ו מראשי המשוררים בחצר הקודש מונקאטש, און געבעטן אז מען זאל זינגען דעם ניגון "לעושה נפלאות גדולות לבדו". שוין דעמאלס האט דאס ארויסגערופן גרויס וואונדער ביי די חסידים, וויבאלד דער רב שליט"א איז נישט רגיל צו אנגעבן וועלכע ניגון מען זאל זינגען, און בפרט איבערצוהאקן אינמיטן דעם הקפה-ניגון.


די ניגון "לעושה נפלאות גדולות" איז צום רב שליט"א נתגלה געווארן אין א חלום זייענדיג אונטערוועגנס קיין מעזיבוזש אין יאר תשס"ו, און ווערט גערופן אין מונקאטש די מעזיבוזשער ניגון. עס איז מערקווירדיג אנצוצייכענען אז דער דער בעל שם טוב הקודש זי"ע האט בימיו, זייענדיג אין טערקיי אויפן וועג קיין ארץ ישראל אויף יום טוב פסח, געפוילט גרויסע ישועות און געראטעוועט אידישע קינדער אין אן עת צרה דורך זינגען א ניגון אויף די הייליגע ווערטער "לעושה נפלאות גדולות לבדו".


ערשט שפעטער, ווען די נייעס איבער דעם אויסערגעווענליכן נס פונעם דוביי פליגער האט זיך פארשפרייט, האבן די חסידים אנגעהויבן צוזאמצושטעלן די פאקטן. עס האט זיך ארויסגעשטעלט גאר קלאר אז אין די מינוטן ווען הונדערטע פאסאזשירן האבן זיך געפונען אין א געפערליכע סכנה זייענדיג אין די לופטן, האט דער רב שליט"א מעורר געווען רחמי שמים מרובים מיט דעם הייליגן ניגון, און וואונדער ביי וואונדער זענען די מאסן רייזנדע געראטעוועט געווארן ממות לחיים, ויהי לפלא.

תגובות


bottom of page