top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נפש צדיק בטהרה עלתה: תולדות ומראות חייו פון כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצוק"ל

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 5 דקות

זונטאג פ' יתרו י"ד שבט | בחצרות הקודש


כלל ישראל בכל מקום שהם און חסידי בית לעלוב בפרט זענען איינגעהילט אין טרויער, שטייענדיג נאך די הסתלקות בפתע פתאום פון דעם אדם הגדול בענקים, כ"ק אדמו"ר מלעלוב זכר צדיק וקדוש לברכה, וועלכער איז ליידער פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן איבערלאזנדיג פילע חסידים און מעריצים פאר'אבל'ט און פאר'יתומ'ט. דער רבי זצוק"ל איז געווען אן עובד השם מנעוריו, און זיין גאנצע הנהגה איז געווען א חטיבה אחת פון אהבת ישראל און א דביקות פנימית אין עבודת השם, מיט א פשטות און שפלות רוח וענווה כדרך אבותיו הקדושים.


דער רבי זצוק"ל איז געבוירן געווארן אין בתי ווארשא אין ירושלים, אום י"ב תשרי שנת תש"ב, אלס דער זעקסטער זון צו זיין גרויסן פאטער, הרה"ק המפורסם רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע, און צו זיין מוטער הרבנית הצדקנית מרת עטיל ע"ה. ביי זיין ברית האט געדינט אלס סנדק הרה"ק רבי שלומה'קע זוועהילער זי"ע, און מען האט אים א נאמען געגעבן "ישכר דב" נאך הרה"ק דער פריערדיגער בעלזער רב זי"ע. א יאר דערויף בשנת תש"ג, האט זיך זיין פאטער דער לעלובער רבי אריבערגעצויגן מיט די משפחה קיין תל אביב, וואו דער רבי איז נתגדל געווארן אינעם אמאליגן עיר ואם בישראל.


אין זיינע יונגע יארן האט דער רבי געלערנט אין די תלמוד תורה חב"ד אין תל אביב, וואו ער איז געווען א תלמיד פון הגה"ח ר' רפאל קאהן ז"ל פאטער פונעם באקאנטן ליובאוויטשער חוזר הגה"ח ר' יואל קאהן ז"ל. שפעטער אלס בחור איז ער אריין לערנען אין די דעמאלטסדיגער לעלובער ישיבה אין תל אביב, וואו ער האט געלערנט בחברותא מיט זיין ברודער יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א. שפעטער האט ער ממשיך געווען אין ישיבת חידושי הרים אין תל אביב, וואו ער איז געווארן גאר מקושר צום ראש ישיבה הגה"צ המפורסם ר' גאדל אייזנער זצ"ל, וועלכער האט דערזען אינעם רבי'ן א כלי מחזיק ברכה און אים מקרב געווען מיט אן אויסטערלישע ליבשאפט, טראץ זיין שארפקייט.


בהגיעו לפרקו האט דער רבי זצ"ל חתונה געהאט מיט זיין אשת נעורים הרבנית הצדקנית מרת חיה דאכה ע"ה, טאכטער פון הגאון רבי משה זאב פריעדמאן זצ"ל דער רב פון יפו.


ליידער איז אבער די רעבעצין ע"ה טראגיש נפטר געווארן בדמי ימיה אין א שרעקליכע שריפה וואס האט אויסגעבראכן אין שטוב; דער רבי אליין איז דאן בחסדי שמים געראטעוועט געווארן בנס פון די העלישע פלאמען. בזיווג שני האט דער רבי זצ"ל חתונה געהאט מיט זיין רעבעצין הרבנית הצדקנית מרת ברכה ע"ה, טאכטער פון הגה"ח ר' יעקב קרישבסקי ז"ל מפארי זקני ירושלים, וועלכער איז פילע יארן צוגעשטאנען לימין קדשו מיט א געוואלדיגע געטריישאפט ביז צו איר פטירה בשנת תשפ"א. נאך די חתונה האט דער רבי זיך באזעצט אין ירושלים עיה"ק אין די סנהדריה געגנט, וואו ער האט געוואוינט לאנגע יארן ביז ער האט זיך אריבערגעצויגן וואוינען אין די אבינדב גאס בשכינות צו זיין ביהמ"ד.


דעם רבינס עבודה איז שטענדיג געווען באהאלטן און באשיידן, דער רבי איז געווען א נחבא אל הכלים וואס זיין גאנצע וועזן איז געווען הסתר בתוך הסתר. ער פלעגט זיצן שעות על גבי שעות און לערנען בהתמדה עצומה אין בית המדרש לעלוב אויף רחוב צפניה, פאר פרנסה האט ער עוסק געווען אין סופרות און געשריבן ספרי תורה בקדושה וטהרה.


ער האט זיך גענצליך מבטל געווען פאר זיין פאטער הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע, ער האט נישט געשוינט זיין אייגענעם כבוד און אלעס געטון צו באדינען זיין פאטער מיט די מערסטע מאס איבערגעגעבנקייט, און כמים פנים לפנים האט אים זיין טאטע ליב געהאט און ארויסגעוויזן אויסטערלישע חביבות אין יעדן געלעגנהייט.


נאך די הסתלקות פון זיין גרויסן פאטער בשנת תשמ"ז, האט ער זיך ווייטער מסתופף זיין בצל אחיו הגדול הרה"ק רבי אברהם שלמה מלעלוב זצ"ל מיט א התבטלות. ער פלעגט קובע זיין מקום לתפילתו אין זיין ביהמ"ד אויף רח' צפניה און געדינט אלס בעל תוקע ביי די תקיעות דמעומד אין די ימים נוראים. אויך נאך די פטירה פון זיין ברודער זצ"ל בשנת תש"ס האט ער ווייטער זיך מסתופף געווען בצילו פון זיין פלאמעניק כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון צפניה און אים געשטיצט בכל מאודו. באזונדער פלעגט ער פארן תמידין כסדרן קיין בני ברק זיך מסתופף זיין בצילו פון זיין עלטערן ברודער הרה"ק רבי שמעון נתן נטע מלעלוב זצ"ל און האט שפעטער ווייטער אנגעהאלטן א נאנטע קשר מיט זיינע קינדער האדמור"ים שליט"א, און פלעגט מיטהאלטן די טישן און מעמדי קודש אין די לעלובער הויף אין שטאט בית שמש.


אין יאר תשס"ו האט דער רבי זצ"ל געגרינדעט זיין אייגענעם הויף בעידודו פון זיין עלטערן ברודער הרה"ק רבי שמעון נתן נטע מלעלוב זצ"ל וועלכע האט אין אים שטארק צוגעשטופט דערצו און געשטאנען לימינו בעצה ובמעש, דעם רבינס בית מדרש "קדושת מרדכי לעלוב", איז צוערשט געווען סטאנציאנירט אין א צייטווייליגן לאקאל אויף די דוד גאס, און עטליכע יאר שפעטער האט זיך דער ביהמ"ד געצויגן צו די צענטראלער בר אילן גאס אין ירושלים וועלכע איז געווארן א תל תלפיות פאר פילע חסידים ואנשי מעשה פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע האבן דארט געשעפט חיות דקדושה פון דעם רבינס פייערדיגע עבודת הקודש, במיוחד פלעגן מאסן אידן שטראמען צו די שבת'דיגע טישן און די יומי דפגרא, זיך צו דערווארמען לאורו הבהיר. נאך דעם פארלאפענעם וואך ז' שבט האט דער רבי אפגעראכטן דער סעודת ההילולא פון זקינו די ראש השושלת הרה"ק רבי דוד לעלובער זי"ע תוך אמוני עם סגולה.


דער רבי זצ"ל איז געווען א שטיק פייער, און א פרוש מן העולם וואס זיין גאנצע מהות איז געווען איין שטיק דביקות צום בורא כל עולמים. ער איז געווען באקאנט אלס א רך הלבב, און האט ארויסגעוויזן אן אויסטערלישע אהבת ישראל אן קיין גבולים צו יעדן איד, ווי עס איז געווען די שטייגער אין לעלוב ביי אבותיו הקדושים. זיין עבודת הקודש איז צוגעגאנגען מיט א מסירות נפש פאר כבוד שמים; ער איז געווען א לוחם מלחמת השם וואס האט נישט געקוקט אויף זיין אייגענעם כבוד, און פלעגט ארויסגיין צו הפגנות און מערכות פאר קדושת ישראל און שמירת שבת, אין זיינע יונגע יארן האט דער רבי אפילו זוכה געווען צו זיצן אין תפיסה נאך'ן זיך אננעמען פארן כבוד פון שבת קודש.


דער רבי זצ"ל איז געווען באקאנט מיט זיין געוואלדיגע קדושה וטהרה, און בפרט האט ער געהאט א געוואלדיגע עבודה מיטן גייען אין מקוה, וואס דאס האט סימבאליזירט זיין פטירה בטהרה. היינטיגן זונטאג, ווען ער איז געגאנגען זיך טובלען אין די מקווה טהרה אין ביהמ"ד לעלוב אויף רח' צפניה, ווי זיין פאטער הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע פלעגט זיך טובלען בקביעות, איז דער רבי פלוצים צוזאמגעפאלן. אידן אומעטום האבן מרעיש עולמות געווען און איינגעריסן שערי שמים האפענדיג אויף א נס, אבער ליידער זענען די שערי רחמים געווען פארשלאסן, און דער רבי האט צוריקגעגעבן זיין לויטערע נשמה ליוצרה בשעת'ן זיך מטהר זיין בקדושה של מעלה.


דער רבי זצ"ל לאזט איבער נאך זיך א דור ישרים יבורך, בנו בכורו הרה"צ רבי ראובן אלתר בידערמאן שליט"א איידעם פון הגה"ח ר' ראובן קורנבליט שליט"א משב"ק אדמו"רי לעלוב; הרה"צ רבי שמעון נתן נטע בידערמאן שליט"א וועלכער האט חתונה געהאט פארלאפענעם וואך מיטוואך וואו דער רבי האט נאך באשיינט בראש השמחה; הרה"צ רבי דוד צבי שלמה בידערמאן שליט"א פון לאנדאן איידעם פון הגה"ח ר' יהושע פאליק ווייס שליט"א; הרה"צ רבי ברוך בידערמאן שליט"א איידעם פון הגה"ח ר' עקיבא טאגער שליט"א מחשובי חסידי לעלוב; און זיינע איידעמער הגה"ח ר' יהודה אורי שליט"א, הגה"ח ר' אהרן ישעי' מילער שליט"א פון לאנדאן, הגה"ח המשפיע ר' בן ציון אפעל שליט"א, און הרה"ג ר' שמעון שטרן שליט"א זון פון הגה"צ רבי טוביה שטערן שליט"א גאב"ד מירון.


באזונדער לאזט דער רבי איבער זיינע צוויי ברידער, אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א, כ"ק אדמו"ר מלעלוב עזרת תורה שליט"א, און די שוועסטער הרבנית הצדקנית מקארלין לעלוב תליט"א אלמנת כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל.



תגובות


bottom of page