top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינע שמחת נישואין פון אייניקל ביי האד' מקרעטשניף י-ם הכלה בת האד' מאלעסק ארה"ק

זונטאג פ' ויקרא • ז' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן זיך פאריגע וואך מיטגעפעפריידט ביי די חתונה אין די הויפן פון קרעטשניף ירושלים און אלעסק וואס איז פארגעקומען מיטוואך פקודי העעל"ט אין ביהמ"ד הגדול מחנובקא בעלזא אין בני ברק. בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה החתן א זון פון הגה"צ רבי דוד צבי שנייבאלג שליט"א דומ"ץ וויזניץ ירושלים מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט"א פון ארה"ק איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א.


ביים מעמד החופה איז די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א מכובד געווארן מיט סידור קידושין, קריאת הכתובה די פעטער מצד החתן הגה"צ אב"ד שרגא המאיר מאנסי שליט"א, ברכות ראשונות די פעטער כ"ק אדמו"ר מדעעש ירושלים שליט"א, אין ברכה אחריתא די פעטער כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט"א פון וויליאמסבורג.


דורכאויס די סעודת החתונה האבן באשיינט בראש המסובים פילצאליגע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי: די פעטער'ס מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א, האדמורי"ם מטשערנאביל, טשארנאביל אשדוד, ביאלא בני ברק, גאב"ד מאקאווא און אב"ד טשערנאביל אלעד שליט"א. באזונדער האבן זיך אנגעזעהן די פעטער'ס האחים האדמורי"ם שליט"א לבית אלעסק וואס זענען געקומען ספעציעל געקומען צו פארן צו די שמחה, אין צוגאב צו נאך חשובע אדמור"ים ורבנים: האדמורי"ם ממאכנובקא בעלזא, נדבורנה ירושלים, שבט הלוי, סטריקוב, טאלנא אשדוד, זוטשקא אמסנא, לעלוב ירושלים, ביטשקוב, זידיטשוב בני ברק, ראחוב, סטאניסלאוו ביתר, קאסאן י-ם, הגה"צ גאב"ד מאקאווא, הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא, הגה"צ אב"ד קרית וויז'ניץ שליט"א, הגה"צ אב"ד וויזניץ אלעד שליט"א, הגה"צ אב"ד וויזניץ אשדוד שליט"א, הגה"צ אב"ד ביליץ שליט"א, הגה"צ ר' יהושע מנחם שטערן אב"ד ראחמיסטריווקא שליט"א, הגה"צ ר' נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב, און נאך.



































































Kommentare


bottom of page