געהויבענעם שבת באווארפן בחצר המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב געפראוועט בחוצות ירושלים
- בחצרות הקודש
- 2 בפבר׳
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' בשלח • ד' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
מיט בלויז א קארגע מעת לעת פארבליבן צו די היסטארישער שמחת החתונה בבית צאנז - לעלוב וואס וועט אפגעראכטן ווערן מארגן מאנטאג אין קרית צאנז נתני', פיבערן שוין מאסיווע צוגרייטונגען צום גרויסן שמחה וואס אנטשפרעכט צונויפצוברענגען לפונדק אחד טויזנטער חסידי צאנז, צוזאמען מיט אלופי אלפי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן מיטצוהאלטן די גרויסע חתונה במעונו פונעם מלהיב לבבות ישראל לאביהן שבשמים המשפיע המפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א וועלכער וועט אונטערפירן בנו החתן אונטער די חופה עב"ג די כלה אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א.
די קייט פון די געהויבענע ימי שמחה והתעלות האט זיך שוין אנגעהויבן דעם שבת קודש ביים שבת באווארפן בחוצות ירושלים, וואו עס האט זיך דורכאויס גאנץ שבת אנגעזען א מאסן שטראם פון טויזנטער אידן זקנים עם נערים וואס האבן געמאכט דעם וועג פון אלע עקן שטאט צום היכל השמחה אויף רח' מנחת יצחק, און האבן מיטגעהאלטן די שעות של תענוג רוחני וקורת רוח במחיצתו פונעם משפיע שליט"א.
באזונדער איז ארויסגעדינגען געווארן די גרויסע היכל ישיבת המתמידים וואו עס זענען פארגעקומען די תפילות בצפרא דשבתא און די סעודות שבת פאר די געסט. ערב שבת האט די משפיע אנגעטון די שטריימל פארן חתן, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה אריינטרעטנדיג אינעם שבת. פרייטאג צונאכטס האט מען געדאוונט אינעם בנין מוסדות סקווירא אויף רח' בר גיורא. פארן עמוד האט געדאוונט דער מחותן הגה"צ אב"ד קרית צאנז טבריה שליט"א וועלכע האט מיטגעהאלטן די גאנצע שבת של שמחה.
די סעודות שבת קודש האט דער משפיע געפראוועט בצוותא חדא אינאיינעם מיט די בני המשפחה און די געסט אורחים החשובים פון חוץ לארץ, אין די זאלן פון ישיבת המתמידים נאכגעפאלגט מיט די באטע אינעם גרויסן שאטער וואס האט אנגעהאלטן ביז קרוב צו פיר אזייגער פארטאגס מיט גרויס התעלות.
שבת אינדערפרי האט מען באגלייט די חתן פונעם אכסניא, דאס דאווענען האט זיך פארצויגן פאר נאנט צו פינעף שעה ביז דריי אזייגער נאכמיטאג ווען עס איז געפראוועט געווארן די קידושא רבה לכבוד השמחה הרוממה, ביים קידוש האט די משפיע מכבד געווען דער מגיד מישרים הרה"ג ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א אויפצוטרעטן מיט דברי תורה לכבוד די שמחה.
די קלימאקס פונעם שבת איז געוויס געווען בעת רעווא דרעווין וואס האט זיך אנגעהויבן מיט ניגוני דבקות און פייערדיגע דברים היוצאים מן הלב וואס דער משפיע האט ארומגערעט בדברי חיזוק והתעוררות אין פארשידענע ענינים, אמונה ובטחון, שמחה, שמירת עיניים, ובגודל קדושת ימי השובבי"ם, נאכגעפאלגט מיט ריקודין נלהבין בכלי זמר לכבוד די שמחת הפארשפיל. ביי די שמחה האט זיך משתתף געווען די גרויסע זיידע פון די כלה כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א וועם דער משפיע האט מכבד געווען אויפצוטרעטן מיט דברי תורה וברכה לכבוד די שמחה, עס איז שוין געווען קרוב לחצות הלילה ווען מען האט געבענטשט ברכת המזון פון שלש סעודות, און נאך מעריב און הבדלה האט דער משפיע אויפגענומען די פילע געסט לעצה ולברכה.
צווישן די טויזנטער אידן און געסט וואס האבן זיך משתתף געוועהן דורכאויס שבת און ביים שמחת הפארשפיל מוצאי שבת, האבן זיך אנגעזעהן פילע אדמורי"ם רבנים ואנשים חשובים, צווישן זיי דער מחותן אבי הכלה הגה"צ אב"ד קרית צאנז טבריה שליט"א, המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, הרה"ג ר' אברהם שמואל צבי רוקח אייניקל פון כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א, די פעטערס האחים האדמורי"ם מזוטשקא ירושלים און זוטשקא מאנסי, הרה"צ המשפיע רבי נחמן בידערמאן, הרה"צ ר' ישראל גאלדמאן מזוועהיל, די מחותנים כ"ק אדמו"ר מברעזאן שליט"א און הרה"צ רבי יעקב האגער שליט"א, הגה"צ רבי נחום שניאורסון נשיא ישיבת טשעבין, און נאך פיל.
































































תגובות