top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסע אסיפת הרבנים אין שטאט מאנטשעסטער שטעלט א פרישן יסוד פאר שירעם קערפערשאפט פון "קהל מחזיקי הדת"

  • 1 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארגאנגענעם ראש חודש סיון העעל"ט האבן זיך צוזאמענגענומען די צענדילגער רבנים און מנהיגי הקהילות פון שטאט מאנטשעסטער, אויף א געמיינזאמע אסיפה מיט'ן ציל מחזק צו זיין די יסודות פון דער שטאטישער קהלה דקהל מחזיקי הדת, און ווייטער אויפצובויען די אחדות און צוזאמענארבעט צווישן די קהילות הקודש פון אלע שיכטן און קרייזן בתוככי העיר.


דער עיר ואם בישראל מאנטשעסטער איז כיום פון די חשוב'סטע חרדישע קהילות אין אייראפע, ציילנדיג איבער דריי טויזנט משפחות און אריבער פופציג בתי מדרשים און שולן אין צוגאב צו צענדליגער מוסדות התורה, ישיבות און כוללים.


צו די אסיפה זענען גערופן געווארן אלע רבנים און ראשי ישיבות פון שטאט, חסידישע און ליטווישע פון אלע געגעגנטער אין מאנטשעסטער.


געעפענט די אסיפה האט דער ראש הקהל הרב עקיבא רייך וואס האט געמאלדן איבער א נייע קאמיטע פון חשובע עסקנים, אונטער דער אויפזיכט פון הנגיד ר' יהושע עוזר האלפרין מנכבדי העיר, וואס וועלן זיך אפגעבן צו מחזק זיין דער שירעם קערפערשאפט פון קהל מחזיקי הדת און הייבן דער רוחניות'דיגע הנהגה אין שטאט, מיט פארבעסערן די צרכי העיר ווי מקוואות, שחיטה, בית דין, חברה קדישא, כשרות א.ד.ג.


אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט אז די יסודות פון א קהילה, איז אחדות, און אונטערגעשטראכן די דרך פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע, וועלכער האט אויפגעבויט די קהילות אין אונגארן אויף די יסודות פון כבוד התורה און כבוד הרבנות.


הגה"צ רבי ישראל חיים הורוויץ שליט"א אבד"ק סאטמאר מאנטשעסטער, האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט א דרשה און ציטירט פון כתבי האריז"ל, אז יעדער איד פארמאגט זיין אייגענע אות אין דער תורה, און אז א געזונטע קהילה באשטייט פון מרביצי תורה, מחזיקי תורה און עסקנים, ווען יעדער איינער ערפילט זיין שליחות אויפ'ן ריכטיגן ארט.


נאכדעם האט מען געהערט נאך א דרשה איבערן חובת השעה דורך הגאון רבי גבריאל קנאפפלער שליט"א, ראש ישיבת שערי תורה אין מאנטשעסטער.


צום שלוס האט הרב יהושע עוזר האלפרין מטובי הקהל אויסגעדריקט הכרת הטוב פאר די גרינדער און פריערדיגע רבנים פון דער קהילה, און איבערגעגעבן די פלענער אויפן עתיד, די הרחבת גבולים פונעם בית דין מחזיקי הדת מיט'ן צוריקקער פונעם דיין הגאון רבי יצחק בערגער שליט"א, און פלענער פאר צוקונפטיגע וואלן פאר פארשידענע רבנישע און קהל'ישע פאזיציעס אין שטאט.



תגובות


bottom of page