top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי באיאן אפגעגעבן ברכת מזל טוב לרגל שידוך שליסן פון נכד האד' מבאיאן; באשיידענע שמחת האירוסין אין בני ברק

  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • ו' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בקול רינה וישועה איז נעכטן געפראוועט געווארן אין די שטאט בני ברק די שמחת האירוסין לרגל די קשרי החיתון פונעם חתן אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, א זון פון חתנא דבי נשיאה הרה"צ ר' פנחס שטערנבוך שליט"א, זון פון הגה"צ ר' אשר חיים שטערנבוך שליט"א אבד"ק אהל יעקב אנטווערפן, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' יוסף מאיר פעלדמאן שליט"א, זון פון הגה"צ ר' זאב פעלדמאן שליט"א רב דקהל תורה עץ חיים לאנדאן, און איידעם ביי הגה"צ ר' מרדכי אויערבאך שליט"א אבד"ק אביר יעקב תל אביב, די שמחה איז פארגעקומען אין די סטריקובער זאל אין שטאט.


דער זיידע כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א איז ערשינען בשערי העיר לכבוד די שמחה, און איז צום ערשט צוגעפארן צום קלויז המרכזי דחסידי באיאן אויף די רבינוב גאס וואו די רבי האט געדאוונט מעריב מיט די חסידים תושבי העיר, פארן עמוד האט געדאוונט שלוחי דרבנן הרב מנחם שפירא שליט"א, סגן ראש העיר פון בני ברק.


נאך מעריב האט מען געזונגען ניגוני שמחה און דער רבי איז ארויסגעקומען פון דאוון שטוב און משמיע געווען אמרי קודש בשבח הקהילה און באגריסט די הרחבת גבולי הקדושה מיטן באנייאונג פון נאך א באיאנער קלויז אין שטאט בני ברק, און מסיים געווען בברכות קדשו לכל הקהל הקודש.


דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צום בנין פון ביהמ"ד סטריקוב אויף רחוב אלשיך, וואו ער איז צום ערשט אריין אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א ווי שוין באריכטערט, און דערנאך אראפ אינעם זאל צום שמחת התנאים וועלכע איז פארגעקומען אויף א באשיידענעם אופן, מיט בלויז אן ענגן קרייז משתתפים, די קרובי המשפחה, גוטע פריינד און די זקני החסידים תושבי בני ברק.


דער רבי האט באשיינט בראש המסובים בשמחה וחדוה ובצהלת פנים, אויפנעמענדיג דעם עולם וועלכע זענען געקומען וואונטשן מזל טוב. ובראשם אדמורי"ם ורבנים חשובים צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, א פעטער מצד החתן, מיט וועם דער רבי האט פארברענגט א לענגערע וויילע בנועם שיח. אזוי אויך האדמורי"ם מסטריקוב און אוזרוב, הגה"צ רבי אברהם יעקב איצקוביץ שליט"א אבד"ק שבט הלוי ירושלים, און נאך.


דורכאויס די שמחה האבן אויפגעטרעטן דער זיידע הגה"צ רבי מרדכי אויערבאך שליט"א אב"ד אביר יעקב תל אביב און דער מחותן הרה"ג ר' יוסף מאיר פעלדמאן שליט"א. צום שלוס האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה.



תגובות


bottom of page