האד' מבוהוש וועט פראווענען היסטארישער שבת אין בוהוש - ראמעניע לכבוד שבת ההילולא פונעם הייליגן רוזשינער זי״ע
- sfbechatzros
- 21 באוק׳
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' נח • כ"ט תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי בוהוש גרייטן זיך מיט התרגשות עילאה צו די יערליכע מסע הקודש בראשות כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א צום עיר האבות "בוהוש" אין ראמעניע, וואו עס וועט געפראוועט ווערן א היסטארישע שבת מרומם דעם שבת קודש פרשת נח ג' חשון בעיצומו של יום מכפר אין טאג פון די הילולא קדישא פונעם סבא קדישא, דער הייליגער רוזשינער זי"ע.
היות אז דער טאג פון ג' חשון געפאלט זעלטן אויס אום שבת, האט דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו אפצורעכטן א שבת אין דער בוהושער הויף מקום שהתפללו אבותיו הקדושים, נאך א צייט אפשניט פון גאנצע צוואנציג יאהר, זינט דאס לעצטע מאל דער רבי האט געפראוועט א שבת אינעם הייליגן הויף אין בוהוש.
כאטש די ארגינעלע פלאן איז געווען אז די רבי וועט פראווען דעם שבת בלויז מיט א ענגע קרייז חסידים, נישט האבנדיג די מעגעליכקייט אפצורעכטן א גרויסע שבת אין בוהוש מיט די מינימאלע געברויכן, איז אבער נאך גרויס אינטערווענצן געלונגען פאר די עסקנים און צוזאמענארבעט מיט די "טיפ" פראדאקשענס פירמע, אהערצושטעלן דעם גאנתן שבת מהחל ועד כלא, מיטן אויפשטעלן א גרויסער שאטער פאר די סעודות שבת און באזונדערע שאטערס צו נעכטיגן.
די שטאט בוהוש טראגט א הייליגע היסטאריע און איז דורכגעזאפט מיט די קדושה עילאה פון די צדיקי בית בוהוש לדורותם, בפרט די נאסטאלגישע קלויז וועלכע שטייט נאך על מכונו, זייענדיג דער איינציגסטער ביהמ"ד אין גאנץ ראמעניע וואס איז געבליבן ארגינעל אומבארירט נאכן קריג, און שטייט נאך על תילו בנויה.
מארגן מיטוואך איידער'ן ארויספארן אויף די נסיעה וועט דער רבי שליט"א דאווענען שחרית נאכגעפאלגט מיט א מעמד פרידה ספעציעל געייגענט פאר די גיבורי החיל די בחורים און יונגעלייט וועלכע קענען נישט ארויספארן פון ארץ ישראל צוליב די פרישע סאקציעס דורך די מדינות ישראל רעגירונג אויף די לומדי התורה.
דאנערשטאג נאכמיטאג וועט זיך דער רבי מיטן פאמאליע ארויסלאזן פון ארץ הקודש מיט א טשארטער פליגער קיין ראמעניע, אויפדערנאכט וועט מען לאנדען אין לופט-פעלד אין באקאו, פון וואו מען וועט ארויספארן דעם קורצן נסיעה צום חצר הקודש אין בוהוש.
דער רבי שליט"א וועט צום ערשטן מאל מיטנעמען מיט זיך זיין אייגענעם ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך עדת חסידי בוהוש לכבודו ולזכותו מיט גענוי א יאהר צוריק ג' חשון, און אצינד וועט מען אריינפירן דעם ספר תורה אינעם נאסטאלגישן ארון קודש בתוככי הקלויז וואו מען וועט זיך באנוצן מיט די ספר תורה דורכאויס די ימי הנסיעה.
דורכאויס שבת וועט די רבי שליט"א פראווען די תפילות און טישן אינעם נאסטאלגישן קלויז צווישן די הייליגע ווענט וואס זענען אנגעזאפט מיט די עבודת הקודש פון די הייליגע רבי'ס. די קלימאקס וועט זיין פרייטאג צונאכטס ווען די רבי וועט קידוש מאכן ברוב עם, זייענדיג ווי באקאנט א זעלטענע עבודה נשגבה ביים רבי'ן וואס לאו בכל יומא איתרחש.
זונטיג וועט דער רבי אנקומען אויף א תפילת רבים אינעם אוהל הקדוש און פוקד זיין די ציונים הקדושים פון אבותיו שרפי מעלה, און דערנאך וועט מען זיך אומקערן קיין ארץ הקודש, אנגעזאפט מיט השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות.









תגובות