top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הספדו של חכם: עצרת מספד נאך פריצייטיגע פטירה פון הרה"ג רבי צבי זאב בערגער זצ"ל דומ"ץ בק"ק צאנז קלויזענבורג

לפני 7 שעות
זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פרשת לך לך • ט' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י., אברומי ווייס

הונדערטער חסידי צאנז קלויזענבורג, האבן זיך פאריגע וואך איינגעזאמלט צום "עצרת מספד והתעוררות" וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק, לזכרו פונעם דיין ומורה צדק דק"ק צאנז קלויזענבורג הרה"ג רבי צבי זאב בערגער זצ"ל, וועלכער איז טראגיש נפטר געווארן אין בליענדן עלטער פון 43 יאר, הוא הלך למנוחות ועזב לאנחות די פילצאליגע מעריצים, תלמידים, און בני הקהילה וואס האבן נהנה געווען מאו תורתו.


דער גרויסער נפטר הרה"ג רבי צבי זאב בערגער זצ"ל, האט כידוע בחיים חיותו זוכה געווען להורות את הדרך הישרה פאר הונדערטער שואלים ומבקשים. דורכאויס די יארן וואס ער האט משמש געווען על כס ההוראה אין ק"ק צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק, האט ער גענאסן פון א געוואלדיגע הערצה ביי אלע משכימים לפתחו דורך זיינע קלארע שיעורים, זיינע תשובות בהלכה, און סבלנות ומאור פנים, און זיין פלוצלינגדיגע פטירה האט איבערגעלאזט א געוואלדיגן חלל אין שטאט, און בפרט אין קהילה קדושה צאנז קלויזענבורג.


שטייענדיג צוויי חדשים נאך זיין פטירה דעם חודש אב, איז דער גרויסער ביהמ"ד דחסידי צאנז קלויזענבורג איבערגעפילט געווארן מקצה אל קצה מיט א גרויסן ציבור פון חסידים, ידידים ומעריצים וואס זענען זיך צוזאמגעקומען מתאבל זיין בהספידו של חכם, און הערן דעם צענטראלן הספד פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א, וועלכער איז נישט געווען אנוועזנד ביי די לוויה, זייענדיג דאן צוגאסט אין ארץ ישראל, און האט אצינד משלים געווען און געלאזט הערן דעם קול נהי ובכי תמרורים אויף דעם אבידה שאין לה תמורה וואס ליגט נאך אזוי טיף אין די ביינער.


צווישן די רבנים חשובים האט זיך אנגעזען כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א וועלכע איז געזעצט געווארן הארט נעבן דעם רבי'ן שליט"א, און נאכן הספד האבן די אדמורי"ם פארברענגט א שיינעם שמועס אינאיינעם, און זיך ווארעם געוואנטשן בברכות לרוב.


כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א האט אין זיין הספד פון ארום אנדערהאלבן שעה ארומגערעט איבער דעם שווערן בראך וואס די קהילה האט געליטן, ארויסהויבנדיג אז מען האט פארלוירן אן אור גדול וואס האט אריינגעברענגט א רוח החיים ביי יעדן יחיד, און עס איז גארנישט קיין חידוש צו זען ווי דער גאנצער עולם איז אזוי צובראכן און צושאסן פון דעם שבר הגדול.


 דער רבי האט אנגעוויזן אז אויסער זיין גרויסע פאזיציע אלס מורה הוראה, איז דאס א שרעקליכע טראגעדיע אין א בחינה פון בא השמש בצהרים, ווען ער איז פארשניטן געווארן אין זיין בליענדן עלטער איבערלאזנדיג א שטוב מיט יתומים און א צובראכענע אלמנה. דערביי האט דער רבי אריינגעגאסן הויפענעס פון חיזוק און נחמה באמונה ובטחון פאר די משפחה הרוממה און פאר די אלמנה און יתומים.


ווייטער האט דער רבי באטאנט אז די טיפע אבידה וואס דער גאנצער ציבור שפירט, איז דער בעסטער באווייז אויף זיין געטריישאפט פארן כלל. ער האט זיך אריינגעלייגט צו העלפן יעדן יונגערמאן און אריינגעבלאזן אין יעדן איינעם חיזוק און שטארקייט, דעריבער איז זיין פטירה נישט קיין פריוואטע אבידה פאר די משפחה אדער די קהילה בכלליות, נאר פאר יעדן יחיד וואס האט נאר אמאל נהנה געווען פון אים.


דער רבי האט אויך שטארק משבח געווען דעם נפטר מיט זיין יגיעת התורה, ארויסברענגענדיג ווי ער האט פון זיינע יונגע יארן אין ישיבה געארבעט אויף זיך מיט אן יגיעה עצומה ביז ער איז נתעלה געווארן צו אזעלכע מעלות רמות און גדולה וואס מען זעט גאר זעלטן אינעם היינטיגן דור. 


דערנאך האט דער רבי אראפגעלייגט א צאל יסודות אין הדרכה וחיזוק  בדברי דרוש ואגדה מעניני הפרשה, מתובל מיט אמרות טהורות און סיפורים שונים. דער רבי האט מעורר געווען דעם ציבור זיך אריינוואצלען די אלע השפעות און די תורה וואס דער דיין האט איבערגעלאזט, און נאכזאגן זיינע דיבורים בשמו. בפרט האט דער רבי מעורר געווען דעם ציבור זיך צו שטארקן אין אהבת חברים, מיטצופילן איינער דעם צווייטן, העלפן א צווייטן איד מיט א גוט ווארט און א שמייכל, און קומען לערנען אינאיינעם אין ביהמ"ד בדיבוק חברים אלס נייחא לנשמתו פארן אומפארגעסליכן דיין נמבג"מ.



תגובות


bottom of page