top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינע רבישע שמחה אין הויפן פון מחנובקא בעלזא - קרעטשניף - זידיטשויב ווערצקי

דאנערשטאג פ' בהעלותך • י"ד סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

בשמחה וחדווה האבן הונדערטער חסידים ואנשי מעשה נעכטן מיטגעהאלטן די חתונה הרוממה אין די הויפן פון מחנובקא בעלזא - קרעטשניף און זידיטשוב ווערצקי וואס איז פארגעקומען בקול צהלה ורינה ובהמון חוגג אין ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא אין בני ברק.


עס איז געגאנגען אונטער די חופה א חתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' אהרן טווערסקי שליט"א, זון פון הגה"צ ר' דוד טווערסקי שליט"א אבד"ק ראחמיסטריווקא ירושלים, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב ווערעצקי שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מזידטשויב שליט"א פון בארא פארק, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א.


ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, קריאת הכתובה די זיידע די מחנובקא בעלזא רבי, מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די פעטער'ס האדמורי"ם מיערוסלאב, בערגסאז, הגה"צ רבי איתמר ראזנבוים אב"ד קרעטשניף בני ברק, הגה"צ רבי חיים מרדכי ראזענבוים אב"ד קרעטשניף ביתר, הרב ישכר דוב טווערסקי אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און ברכה אחריתא די זיידע הגה"צ רבי דוד טווערסקי אב"ד ראחמסטריווקא, נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.


די ציבור האט מיסב געווען צום סעודת החתונה, און אינצווישן זענען די חסידים אריין אל הקודש פנימה צום מאחנובקא בעלזא רבי'ן איבערגעבן דרשה געשאנק כנהוג, און א קורצע צייט דערויף זענען די אדמורי"ם ערשינען צום שמחת החתונה און זיך געוואשן צום סעודה. דורכאויס די שמחה האבן זיך אנגעזען אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה צווישן זיי האדמורי"ם מראחמיסטריווקא - וויזניץ בית שמש - סאסוב - סטריקוב - קאפיטשניץ - ביאלא בני ברק - נדבורנא ירושלים - נדבורנא אלעד - סטריקוב ירושלים - קרעטשניף קרית גת - טרעבישאן - ביטשקוב - ראחוב - לעלוב פון בני ברק - האחים האדמורי"ם מבערגסאז - ראדוויל - בראד - שומרי אמונים קרית גת - ספינקא רמ"א - ספינקא גני גד - הרה"צ רבי יצחק משה ארלנגר, ראש ישיבת וויזניץ, ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, גאב"ד פרדס כץ, אב"ד קרית באבוב - אב"ד ביליץ, אב"ד ראחמסטריווקא ב"ב, און נאך.


ביים סעודת החתונה האט די זיידע כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א מכבד געווען די אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב ווערעצקי שליט"א מיטן בענטשן, מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן די פעטער'ס האדמורי"ם מסאסוב, שומרי אמונים קרית גת, אב"ד קרעטשניף, אב"ד קרעטשניף בראכפעלד, און ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א. נאכן בענטשן האט זיך די ציבור זיך ארויסגעלאזט אין ריקודים של שמחה ביז נאך חצות הלילה ווען מען האט צוגעטראטן צום מצווה טאנץ, עס זענען געטאנצן די זיידעס כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף, הגה"צ אב"ד ראחמסטריווקא, די פעטער כ"ק אדמו"ר מיערוסלאב, און דאן איז געטאנצן די אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב ווערצקי שליט"א, נאך די מצווה טאנץ פונעם אבי החתן האט זיך די שמחה געשלאסן מיט די ריקוד קודש פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, אין די פריע פארטאגס שעהן.














































Comentários


bottom of page