האד' מצעהלים געפארן קיין קאליפארניע מפקח צו זיין אויף ריזן ווייןּ-פראדוקציע דורך "קדם" אונטער זיין השגחה
- לפני 18 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
פרייטאג פ' נצבים וילך • כ''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
תושבי לאס אנדזשעלעס האבן די טעג דעם כבוד מקבל פנים צו זיין פני כ"ק אדמו"ר מצעהלים שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א קורצן באזוך אין די שטאט, וואו די תושבי העיר נוצן אויס די געלעגענהייט נהנה צו זיין מאורו פונעם רב שליט"א.
דער צעהלימ'ער רב שליט"א איז געקומען צו פארן קיין קאליפארניע מפקח צו זיין אויף די מאסיווע וויין-פראדוקציע פון די בארימטע פירמע "קדם" וואס שטייט אלע יארן אונטער די שטרענגע השגחה פונעם רב שליט"א, וואס האלט אן עינא פקיחא זיכער צו מאכן אז מען האלט אן די שטרענגע סטאנדארטן וואס איז איינגעשטעלט געווארן דורך הגה"ק בעל מגדלות מרקחים מצעהלים זצ"ל וואס האט אראפגעשטעלט די יסודות פון כשרות מיט אלע הידורים מיט וואס די פירמע איז באקאנטע אלע יארן.
די וואך מאנטאג האט דער רב שליט"א זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קאליפארניע, און איז צוגעפארן קיין לאס אנדזשעלעס וואו דער רבי שליט"א האט די אכסניא בבית הרבני הנגיד ר' מרדכי הערצאג הי"ו וואו די תושבי העיר קומען מקבל זיין מברכותיו פונעם רב שליט"א.
דינסטאג אינדערפרי האט דער רב שליט"א געדאווענט תפלת שחרית אינעם בארימטן חסידישער כולל אין לאס אנדזשעלעס, און גלייך נאכ'ן דאווענען האט דער רב שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין וועג אריין קיין בעקירספיעלד, קאליפארניע, צום ריזן קאמפלעקס פון די קדם פירמע.
במשך שעות נאכאנאנד האט דער רב שליט"א זיך מטריח געווען בטרחא דגברא רבה, און איז ארומגעגאנגען איבער'ן גאנצן פלענט, מיטהאלטנדיג פונדערנאנט די גאנצע פראדוקציע, פונעם קוועטשן די טרויבן, ביז באטלען די פארטיגע פלעשער וויין, גרייט לעלות על שולחנם פון אידן מדקדקים בכשרות אויף שבת ויו"ט און זמני שמחה.
דער רב שליט"א איז די גאנצע צייט ארומגעגאנגען אין באגלייטונג פון די חשוב'ע משפחת הערצאג שיחיו אייגענטומער פונעם פאבריק, פאר וועמען דער רב שליט"א האט אויסגעדרוקט זיין געוואלדיגן קורת רוח צוזעענדיג פונדערנאנט ווי אלעס פירט זיך אויפ'ן בעסטן מסודר'דיגן אופן, און ווי אלע שטרענגע כשרות-סטאנדארטן ווערן איינגעהאלטן על צד היותר טוב.
נאך לענגערע שעות וואס דער רב שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן אינעם פאבריק, האט דער רב שליט"א זיך אומגעקערט קיין לאס אנדזשעלעס, וואו ער וועט זיך אויפהאלטן ביז צומארגנס, מיטוואך ווען דער רב שליט"א וועט זיך אומקערן אהיים קיין וויליאמסבורג.












תגובות