top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דערהויבענע מעמד במעון קדשו פון הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א צום ערשיינונג פון נייע ספר דורך מכון דורשי יחודך

זונטאג פ' ויקרא • ז' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד כהן


נעכטן מוצאי שבת איז פארגעקומען א רירנדע און געהויבענע מעמד בביתו נאווה קודש פונעם פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א צו די ערשיינונג פון א נייע פראכטפולע ספר פון די הייליגע דיבורים פון ר' יעקב מאיר שליט"א אויף יו"ט פסח.


די ספר וואס עפענט אויף א נייע סעריע פון ספרים אויף די ימים טובים איז ארויסגעגעבן געווארן דורך מכון דורשי יחודך בראשות הרה"ג ר' אליעזר וואלדמאן שליט"א וואס געבט זיך אפ להשקות את הצמאים לדבר ה' פון די ריינע קוואל פון הרה''צ ר' יעקב מאיר שליט"א אויף זיין ארגינעלע גאלדענע שפראך, לשונו הטהור מילה במילה.


די הכנות צו די געהויבענע מעמד האט זיך שוין אנגעהויבן דאנערשטיג נאכט ווען די חברי ועורכי המכון פון אמעריקא זענען אריין בקודש פנימה מיט א פתקא דרחמי און מיט די פארגעגרייטע פלענער פאר די מעמד מוצאי שבת קודש, ר' יעקב מאיר שליט"א האט זיי אויפגענומען מיט א מורא'דיגע שמחה און ווארמקייט, ער האט זיך באדאנקט פאר די חברי המכון און זיך אויסגעדרוקט אז יארן לאנג האט ער זיך מטריח געווען צו פארלערנען די שיעורים פאר געציילטע מענטשן און יעצט איז ער זוכה אז אזויפיל אידן ארום די וועלט זענען נהנה דערפון.


דורכאויס שבת האט רבי יעקב מאיר זיך אויך אויסגעדרוקט ווי שטארק ער קוקט ארויס און ווארט אויף די מעמד, דערנאך מוצאי שבת קודש איז געפראוועט געווארן א פריוואטע סעודתא דדוד מלכא משיחא, אינאיינעם מיט די חברי ועורכי מכון דורשי יחודך אין שפיץ פון הרה"ג ר' אליעזר וואלדמאן שליט"א, ר' יעקב מאיר שליט"א איז אריינגעקומען צו די מלוה מלכא מיט גרויס שמחה און במשך די גאנצע צייט געזינגען ניגוני שבח והודאה בהתרגשות דקדושה.


נאך די סעודת מלוה מלכה איז די עולם אריינגעקומען צו די געהויבענע מעמד לרגל דאס ארויסגעבן פון די נייע הערליכע תורה מפוארה בכלי מפואר, די ספר איז שוין געליגן געגרייט על שולחן מלכים און הגה''צ ר' יעקב מאיר שליט"א האט געזאגט אז ער וועט מאכן א שהחיינו אויף א נייע מלבוש און אינזינען האבן די נייע ספר פונעם מכון דורשי יחודך, זאגענדיג אז אין דעם זכות זאל זיין 'דורשי יחודך כבבת שמרם' אז די אייבישטער זאל אפהיטן כלל ישראל וואס יעדע איד איז פון די דורשי יחודך, דערנאך האט ער בהתלהבות אש קודש געמאכט א שהחיינו בשם ומלכות אויף וואס די פארזאמלעטע האבן מיט התרגשות געענטפערט אמן און ארויסגעגאנגען אין א דערהויבענע ריקוד פאר א לענגערע צייט.


די רב האט פארגעלערנט פון די ספר פון אינעווייניג און באדאנקט די חשובע עורכי הספר פארן צושרייבן אלע מראי מקומות אויף די פולע מאמרים זאגענדיג אז ער האט יארן לאנג נאכגעזאגט א לשון הרמב"ן וואס ער האט נישט געדענקט די פונקטליכע מראה מקום און יעצט איז ער זוכה עס צו זען געדרוקט מיט די מראה מקום, דערנאך האט ער ווארעם אנגעוואונטשן די אלע עוסקים במלאכת הקודש, די אלע וואס העלפן ארויס און ארבעטן ארויסצוגעבן די ספרי מכון דורשי יחודך און ער האט מכבד געווען די מנהל און מייסד פון מכון דורשי יחודך, הרה"ג ר' אליעזר וואלדמאן שליט"א, צו בענטשן על הכוס.


נאך ברכת המזון האט ר' יעקב מאיר שליט"א זיך ווידער ארויסגעלאזט אין א דערהויבענע ריקוד און דערנאך אויסגעטיילט די נייע ספר פאר די עורכים און תורמים און דערמיט איז געשלאסן געווארן די דערהויבענע מעמד.


נאך די מעמד איז הרה"ג ר' אליעזר וואלדמאן שליט"א אריינגעגאנגען פריוואט אל הקודש פנימה, און איז איבערגעגאנגען מיט ר' יעקב מאיר שליט"א די פולע חיבורים און קונטריסים וואס די מכון האט פארשפרייט אין אמעריקא און אויך די גראנדיעזע פלענער פון די מכון אויף ווייטער ארויסצוגעבן נאך פולע ספרים אין די סעריע פון די ספרי מכון דורשי יחודך על המועדים.












































Comments


bottom of page