וּבְרָאשֵׁי חָדְשֵׁיכֶם: חסידי באבוב-45 מיטגעהאלטן געהויבענעם טאג ראש חודש אלול בצל הקודש
- לפני 10 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' כי תצא • ו' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום
הונדערטער חסידי באבוב 45 האבן מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם טאג ראש חודש אלול, די ערשטע טאג פון די ימי הרחמים והרצון אין מחנה מתיבתא באבוב 45 אין פארקסוויל זייענדיג ווי באקאנט א גרויס עבודה ביי אדמור"י בית באבוב. ווי אין די פארגאנגענע יארן איז ארויסגעדינגען געווארן די גרויסע בנין פונעם דערנעבנדיגע קעמפ "העסק" וואס איז צוגעשטעלט געווארן בתשואות חן צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור חסידים מתוך הרחבת הדעת.
פילע חסידים האבן זיך ארויסגעלאזט פון אלע מקומות, סיי פון שטאט און פון די באנגעלאו קאלאניס און געמאכט די לאנגע וועג צום מחנה מתיבתא אין פארקסוויל.
נאכן לייגן תפילין פאר עטליכע בר מצוה בחורים האט מען געדאווענט א ווארימע שחרית אין א ימים נוראים'דיגע אטמאספערע, בפרט ווען דער רבי שליט"א האט פארגעדאווענט הלל פארן עמוד מיט גרויס דערהויבענקייט, די רבי שליט"א האט דערנאך מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א צו דאווענען מוסף. נאכן דאווענען האט די רבי געבלאזן שופר, און פארגעזאגט די ח"י קאפיטלעך תהלים כנהוג.
דערנאך איז געווען צוגעשטעלט א סעודת ראש חודש פארן גאנצן ציבור איינגעטיילט אין די חדרי אוכל פונעם קעמפ, און קורצליך דערויף איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען טיש אינעם גרויסן ביהמ"ד פונעם קעמפ, וואו דער רבי האט משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש איבער די עבודה פון חודש אלול און בתוך דבריו באזונדער מעורר געווען די חסידים צו קובע זיין א לימוד דורכאויס חודשי אלול אין תשרי אינעם צעטל קטן פונעם הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע.
נאכן בענטשן האט די רבי שליט"א פארטיילט פלוימען פארן גאנצן ציבור כנהוג, פאר קרוב צו צוויי שעה, ווי די רבי האט צום ערשט ארומגערעדט איבער די מקור המנהג צו פארטיילן פלוימען ראש חודש אלול וואס יסודתו בהררי קודש פונעם הייליגן צאנזער רב, דער אפטא רב זי"ע און נאך צדיקים הקודמים.






























header.all-comments