מדוכא ביסורים: הגה"צ רבי ישראל סיני וואגשאהל זצ"ל מלאנצהוט נפטר געווארן אין עלטער פון 66 יאר
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
זונטאג פ' נשא ב' • ח' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס צער און טרויער איז אויפגענומען געווארן די ידיעה איבער די פטירה פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, בנן של קדושים, הגה"צ רבי ישראל סיני וואגשאהל זצ"ל מלאנצהוט מאנסי, וועלכער איז דעם יום טוב נפטר געווארן אין עלטער פון בלויז זעקס און זעכציג יאר נאכן זיך מוטשען די לעצטערע יארן ל"ע מיט שווערע יסורים ומכאובים.
דער חשובער נפטר זצ"ל איז געווען א זון פון הגה"צ רבי יהושע מרדכי אלעזר וואגשאהל זצ"ל אבד"ק לאנצהוט, מחשובי הרבנים אין וויליאמסבורג, וועלכער איז געווען א זון פון הגה"צ רבי אלטר יעקב יצחק וואגשאהל זצ"ל אבד"ק לאנצהוט. מצד אמו איז ער געווען אן אייניקל פון הרה"ק רבי יעקב הלברשטאם זצ"ל מטשאקאווא, א זון פון הרה"ק רבי סיני מזמיגראד זי"ע ולמעלה בקודש. ער האט געצויגן א הערליכע שלשלת היוחסין צו די מאורות הגדולים צדיקי בית ליזענסק, זלאטשוב, פרימישלאן, בעלזא, ראפשיץ, דזיקוב, מעליץ, איהעל, סיגעט, טאלטשאווא, צאנז, גארליץ, שינאווא, דינוב, קאזניץ, מאגלעניצא, קאסוב, זאבלטוב, סאסוב, אפטא, און נאך פילע צדיקים וקדושים אשר מפיהם אנו חיים.
בהגיעו לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט זיין חשובע רעבעצין תליט"א, א טאכטער פון הגה"צ רבי משה חיים רובין זצ"ל מדינוב, זון פון הגה"צ רבי מנחם מענדל זיידא רובין זצ"ל מגלאגוב און איידעם פון הגה"צ רבי יקותיאל יהודה ראזנבערגער זצ"ל מדיערעש און אינאיינעם האבן זיי אויפגעשטעלט א הערליכע שטוב על אדני התורה והחסידות.
כל ימיו האט ער עוסק געווען בתורה עבודה וגמילות חסדים, און ספעציעל איז ער געווען באקאנט מיט זיין גוט הארץ און געטון אסאך טובות פאר אידישע קינדער מיט אן אויסערגעווענליכע סבר פנים יפות. ער האט זוכה געווען מעמיד צו זיין פילע תלמידים דינענדיג אלס א געטרייער משגיח אין א צאל ישיבות דורכאויס די יארן, אריינגערעכנט ישיבת נייטרא און נועם אלימלך, וואו ער האט משפיע געווען תורה וחסידות און מקרב געווען די בחורים מיט א זעלטענע ליבשאפט.
מיט ארום אכט יאר צוריק האט ער געליטן פון א סטראוק, און זינט דאן איז ער לייגט געווען מוטל על ערש דווי, זייענדיג געלעמט ל"ע ביז צו זיין פטירה לחיים העולם הבא דעם יום טוב שבועות.
ער לאזט איבער נאך זיך א דור ישרים מבורך זיין זון הרה"ג ר' אלטר יעקב יצחק וואגשאהל שליט''א, ראש ישיבת תורת משה אין מאנטריאל איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג מאנטריאל שליט"א; הרה"ג ר' זלמן לייב וואגשאהל שליט''א איידעם פון הגה"צ אב"ד וואדקערט שליט"א; הרה"ג ר' מנחם מענדל וואגשאהל שליט''א איידעם פון הגה"צ רבי אברהם רוקח שליט''א אבד"ק קאזלוב. זיינע חשובע איידעמער הרב יואל לאבין זון פון האדמו"ר מבאלחוב; הרה"צ רבי חיים יחיאל אלטר סג"ל לאווי אבד''ק טאהש מאנסי זון פון האדמו"ר מטאהש; הרב בערל ראטענבערג שליט"א זון פון הגה"צ אבד"ק וואוידיסלאב שליט"א, הרב איתמר מייזליש שליט"א זון פון הגה"צ אבד"ק ווייטצען שליט''א; הרב בערל לאופער שליט"א זון פון הרב שמואל בנימין לאופער שליט"א מוואוידיסלאוו, און הרב שלמה מייזליש שליט"א זון פון הגה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א רב ביהמ"ד איחוד אברכים סאטמאר זון פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א.
באזונדער לאזט ער איבער זיינע געשוויסטער, די ברודער הגה"צ רבי שלום וואגשאהל אבד"ק לאנצהוט וויליאמסבורג, הגה"צ רבי נפתלי אלימלך וואגשאהל אבד"ק אפטא וויליאמסבורג און הגה"צ רבי ברוך יהודה וואגשאהל שליט"א מלאנצהוט בית שמש חתן כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א. די שוועסטער הרבנית מפשעווארסק תליט"א, אשת חבר כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, הרבנית אשת כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א, הרבנית אשת כ"ק אדמו"ר מנצח מנחם ספינקא שליט"א, הרבנית אשת הגה"צ רבי יהודה אלישע הורוויץ אבד"ק אור החיים, און הרבנית אשת הגה"צ רבי נפתלי קאהן שליט"א מדברי אמונה מאנסי.
די מסע הלוויה גייט ארויס היינט 9:30 צופרי פון ביהמ"ד דינוב אויף אלבערט דרייוו אין מאנסי, אויפן וועג צום בית החיים אין ניו דזערשזי ווי ער וועט קומען למנוחת עולמים בחלקת אבותיו.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים

