יהדות ארה"ק אין פייערדיגן ברען נאך כינוס אדיר אסיפת הצלה בראשות הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א
- בחצרות הקודש
- 16 בדצמ׳ 2024
- זמן קריאה 3 דקות
עודכן: 22 בדצמ׳ 2024
מאנטאג פ' וישב • ט"ו כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך און ארי קופערשטאק, JDN
דער קידוש שם שמים האט נעכטן אפגעהילעכט מסוף העולם ועד סופו ביים היסטארישן כינוס האדיר ''אסיפת הצלה'' אין בני ברק דורך א ציבור עצום פון רבבות אלפי ישראל וואס זענען געשטאנען צונויפגעזאמלט כאיש אחד בלב אחד זיך צו דערווארעמען און זיך צו דערהייבן נענטער צום אויבערשטן, און מקבל זיין פרישע קבלות קעגן די שרעקליכע נסיונות הדור די פגעי הטעכנעלאגיע.
דער אסיפת הצלה איז אצינד דאס געשפרעך פון טאג ביים יהדות החרדית, אנגעהויבן פון די טויזנטער פערזענליך-באטייליגטע און געענדיגט ביי די צענדליגער טויזנטער וואס האבן מיטגעהאלטן די דרשות ביי די הוקאפ לאקאציע'ס אין אלע היימישער געגענטער איבער די גארער וועלט דורכ'ן טעלעפאן, אַרויסצונעמען אויף הלכה למעשה, וואס עס איז נוגע און וואס מען דאַרף מיטנעמען אויפ'ן ווייטערדיגן לעבן פון די הייליגע אסיפה, בדיבוריו המלהיבים וואס מען האט געהערט פון דעם מלהיב לבבות ישראל המשפיע המפורסם הגה''צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט''א, וואס האט בפועל אדורכגעפירט א מהפיכה אין די ברענענדיגער נושא, צו שיינען א ליכטיגקייט אין אידישע לבבות.
א פלאטע פון אזויפיל וואו צוויי הונדערט באסעס פון אריבער דרייסיג געגענטער פון גאנץ ארץ ישראל האבן געפירט דעם ציבור, כולם נקבצו באו להתחזק ולהתעורר צו שטיין פעלזן פעסט קעגן די טעכנאלאגישע נסיונות. צו די באשטימטע צייט האט זיך אָנגעהויבן דער מאסיווער שטראם, און נאך היבש פריער איידער די אסיפה איז אפיציעל געווען גערופן, זענען די גאסן פון קרית וויז'ניץ שוין געווען פארפלייצט מיט טויזנטער אידן וואס האבן געשטראמט כדי צו זיין זיכער מיט א גוטן פלאץ אין דעם גיגאנטישן וויזניצער ביהמ''ד מיט איר אלע פליגלען.
אלע "פיר גאלעריען" אינעם בית וויזניץ זענען געוועהן מיוחד אויסשליסליך פאר מענער, אריינגערעכנט די פארענטשעס אין די גאלעריען. אזוי אויך איז ארויסגעדינגען געווארן דער מאסיווער וויזניצער "היכל הטישן" אין א פארזוך צו דערשטרייטן דעם איבערפלוס פונעם ריזן ציבור.
אומגעפער 9:30 אָווענט, זענען די הכנות געקומען צום קלימאקס, ווען הגה''צ רבי צבי מאיר שליט''א האט אנגעפאנגען זיינע פייערדיגע דיבורים - דברים חוצבים להבות אש ווי ער האט אויסגעשריגן מנהמת ליבו הטהור די שרעקליכע חורבן וואס די פגע הטעכנאלאגיע האט שוין ליידער אנגעמאכט און אז די רבנים און עסקנים האבן שוין מעורר געווען גערעדט און געטוהן די מאקסימום וואס זיי קענען, און מכאן ואילך ווענדט מען זיך צום ציבור מען זאל מכיר זיין און אויסנוצן דעם חיוב אויף יעדן יחיד ויחיד צו דינען אלס א גענעראל אין דעם דריטן וועלטס קריג וואס מיר וועלן מיר בעזר שמו יתברך בייקומען.
אזוי האט דער משפיע מאריך געוועהן גאנצע צוויי שעה ווען במשך דעם גאַנצן דרשה האט מען געקענט ווי טאַפּן דאָס ערענסטקייט אין די לופטן, ארויסברענגענדיג די איין איינציגע ציהל לעשות רצון אבינו שבשמים, א מערכה וואס נעמט ארום גאנץ כלל ישראל אן קיין שום פערזענליכע נגיעות, בשעת די דרשה האט דער משפיע ארויסגענימען צוויי זאק פול מיט בריוו, וואס ער האט ערהאלטן נאכן אסיפת הצלה פאריאהר תשפ"ד, און פארגעליינט טייל פון די בריוון פון צובראכענע עלטערן ווי זיי קלאגן אויף שרעקליכע פארלוסטן וואס די טריפה'נע כלים האבן געברענגט אויף זייערע קינדער, און בריוון פון קינדער וואו זיי רעדן זיף אפ אויף זייערע עלטערן. אין דעם געלעגנהייט האט דער משפיע פארבעטן פונעם ציבור זיך אנצושליסן אין די הייליגע חבורה אום אני חומה, און געפאדערט פון יעדן איינעם צו טון לטובת דעם ענין ארויסצוהעלפן אנדערע אידן זיך צו אפשיידן פון די כלים המשחיתים.
צום שלוס פונעם הייליגן אווענט האט הרה"צ רבי צבי מאיר שליט"א פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים, וואס האט נאכגעפאלגט מיטן 'מעמד מסירת החתימות' ווען די ציבור האלפים האבן זיך געשלענגערט אין די רייען איבערצוגעבן די חתימות און קבלות טובות פאר רצ"מ שליט"א, א מחזה הוד וואס האט געדויערט איבער א שעה - קימו וקבלו באהבה.




































תגובות