זונטאג פ' בהעלתך • י' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם ערב שבת איז פארגעקומען אין ירושלים עיה"ק די שמחת הברית מילה פון א אייניקל ביי הגה"צ רבי שלמה זלמן ווייס שליט"א אבד"ק שערי טוביה בנו יחידו פונעם מרא דארעא קדישא הגה"ק גאב"ד ירושלים זצוק"ל, דער רך הנימול בן הבכור פון זיין זוהן הרב שמחה ווייס הי"ו, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד שערי טוביה אין ירושלים. דער מוהל איז געוועהן כקש"ת הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וואס האט זיך מטריח געווען בטירחה דגברא רבה אריינצוקומען צום ברית לכבוד בית אבא, מיט סנדקאות און ברכות איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, וועלכער האט דערביי מכבד געווען הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א מיט די ברכות וקריאת השם, ויקרא שמו בישראל 'יצחק טוביה' נאך די גרויסע זיידע די ירושלימער רב זצוק"ל. די זיידע אבד"ק שערי טוביה איז מכובד געווארן מיט עמידה לברכות און דערנאך געזאגט די קדיש נאכן ברית. עס האט נאכגעפאלגט א מסיבת לחיים לכבוד די שמחה וואו די גדולי ישראל האבן אינאיינעם פארברעגנט מיט גרויס ידידות און הערצה.
Comments