שבע ברכות צוגעשטעלט דורך קהל סקאליע לרגל שמחת בית סקווירא - סקאליע - ראחמיסטריווקא
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' תרומה • ב' אדר | בחצרות הקודש

א שיינעם מסיבת שבע ברכות איז פארגעקומען לעצטע וואך בבית סקווירא - וויזניץ - ראחמיסטריווקא - סקאליע, אין די זאל פון די סקאליע תלמוד תורה אין בארא פארק, צוגעשטעלט דורך די סקאליע קהלה. ביים מעמד האט אויפגעטראטן דעם רבינ'ס זון הרה"צ המשפיע רבי ברוך פינחס גאלדשטיין שליט"א אב"ד סקאליע און בדחנא דמלכא ר' משולם זושא שניצלער הי"ו האט אויפגעטראטן מיט דברי בדחנות.
ביים שמחה האבן זיך באטייליגט די זיידעס כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א און הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א מסקווירא, אזוי אויך האבן זיך אנגעזען צווישן אנדערע: כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגוט וומסב"ג שליט"א, הגה"צ אב"ד אמונת ישראל שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבוטושאן שליט"א, הגה"צ גאב"ד פשעווארסק וומסב"ג שליט"א, הגאון רבי יוסף מייער שליט"א ראש ישיבת מאור התורה, הרה"צ ר' ישראל לייפער שליט"א מווערדאן, הרה"צ ר' אהרן ברוך לעבל שליט"א אב"ד נאסויד, הרה"צ ר' משה סופר שליט"א ראה"כ ערלוי און נאך.


















תגובות