top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב 45 מעלדט איבער "נסיעה קיין ארץ ישראל" דעם ווינטער אין א טעלעפאנישע שמועס צו די חסידים אין ארה"ק

  • לפני 54 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

די נאכט מוצאי שבת פארטאגס אין ארץ ישראל, האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א משמיע געווען דברות קודש במיוחד פאר די חסידים אין ארץ ישראל, ביים פארענדיגן די סליחות באשמורת הבוקר אין די בתי מדרשים דחסידי באבוב-45, וואו דער רבי האט איבערגעגעבן דברי התעוררות והדרכה פאר די חסידים, און בפרט פאר די בחורי חמד, לקראת די ימי הרחמים והרצון, און ספעציעל אדרעסירט די ענינים העומדים על הפרק ארום די גזירת הגיוס אין ארץ ישראל.


דערביי האט דער רבי שליט"א געמאלדן די איבערראשנדע נייעס איבער א נסיעה וואס ער פלאנט אונטערצונעמען קיין ארץ ישראל דעם קומענדיגן ווינטער תשפ"ז.


בראשית דבריו האט דער רבי געוואונטשן א כתיבה וחתימה טובה פאר אלע חסידים, און דאן ארומגערעט איבער די וויכטיגע ענינים העומדים על הפרק בנוגע די גזירת הגיוס. דער רבי האט ארויסגעברענגט אז עס האנדלט זיך פון א שווערע גזירה וואס פאדערט תפילות און תחנונים אז ס'זאל גענצליך בטל ווערן, אבער אין דער זעלבער צייט דארף מען זיך פירן מיט אחריות און ישוב הדעת, און בשום אופן נישט נעמען קיין ווילדע שריט אדער טון פעולות אויף די אייגענע האנט וואס קען צופירן צו אן ארעסטן וכדומה. דאס איז געקומען אלס רעאקציע צו די לעצטיגע פאסירונגען, נאכדעם וואס עטליכע חסידים זענען ארעסטירט געווארן ביים פרובירן ארויסצופארן פונעם לאנד צו וויילן אויף די ירח האיתנים בצל הקודש.


דער רבי האט אונטערגעשטראכן אז איינער וואס האט נישט קיין באשטעטיגטן און זיכערן וועג ארויסצופארן זאל בשום אופן נישט נעמען קיין ריזיקעס, נאר בלייבן אין ארץ ישראל. עס איז נישט אויסגעהאלטן, הן ברוחניות הן בגשמיות, צו אונטערנעמען אזא שריט וואס קען פירן צו ערנסטע נאכווייען. דער רבי האט פארשפראכן ספעציעל אינזינען צו האבן די חסידים פון ארץ ישראל בשעת די תפילות, און בפרט די וואס קענען נישט קומען צו פארן מיטהאלטן די הייליגע טעג בצלא דמהימנותא.


דערביי האט דער רבי, אין א זעלטענעם פאל, איבערראשט די חסידים מיט די פריידיגע בשורה אז ער האפט מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף במשך דעם קומענדיגן ווינטער תשפ"ז אפצורעכטן א נסיעה קיין ארץ ישראל, אריינגערעכנט א געהויבענעם שבת מחזק צו זיין די חסידים יושבי ארץ הקודש.

תגובות


bottom of page