top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שטאט אלכסנדר ווירבלט מיט הונדערטער חסידים ואנשי מעשה ביומא דהילולא פון הרה"ק בעל 'ישמח ישראל' זי"ע

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 6 בפבר׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 6 בפבר׳

דאנערשטאג פ' בשלח • ח' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בהתעוררות רב איז פארלאפענעם וואך אפגעראכטן געווארן די יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן ישמח ישראל פון אלכסנדר, במקום מנוחת קדשו אין אלכסנדר פולין וואס איז אין די לעצטערע יאהרן נתפרסם געווארן אלס א מקום קיבול תפילות וואו אידן זעהן ישועות למעלה מדרך הטבע.


דאס יאהר זענען שווערע הונדערטער אידן פון איבער די גארער וועלט אנגעקומען קיין אלכסנדר אין די טעג ארום די הילולא קדישא ערב ראש חודש שבט. א גרויסן שאטער מיט אכילה ושתי' כיד המלך איז געוועהן זיין צוגעשטעלט דורכאויס די גאנצע מעת לעת פון די יארצייט, און באזונדער איז מיט פראכט און באקוועמליכקייט געוועהן צוגעשטעלט דער גאנץ-יעריגער בנין הכנסת אורחים סמוך ונראה צום ציון הק'.


די געהויבענע שעות פון התרוממות הנפש ויראה עילאה, איז געפראוועט געווארן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א פון אמעריקא, וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן פון אמעריקע לכבוד די יארצייט.


מיטוואך אויפדערנאכט ליל הילולא קדישא כ"ט טבת, איז דער אלכסנדר רבי שליט"א אנגעקומען קיין פוילין צום שטאט אלכסנדר, און צוערשט געדאווענט מעריב פארן עמוד לרגל די הילולא קדישא, דערנאך האט מען זיך געוואשן צו א ברייטע סעודה וואס איז געווען צוגעגרייט כיד המלך לכבוד די יארצייט אין די נייע פראכטפולע בנין הכנסת אורחים.


עס האט אויפגעטרעטן דער פה מפיק מרגליות הרב משה בערגמאן משפיע בק"ק אלכסנדר, דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, במשנתו הטהורה פונעם בעל ההילולא.


נאכן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין, און דערנאך איז פארגעקומען די מעמד הכנה איידער די עלי' לציון, וואו מען האט עוסק געוועהן בתורתו פונעם גרויסן בעל ההילולא אין זיין ספר הק' ישמח ישראל און מען האט געזינגען ווארעמע ניגונים.


כחצות הלילה איז דער רבי שליט"א ארויף צום ציון הק' אין באגלייטונג פון די חסידים, און אויסגעזאגט ספר תהלים בהתעוררות רב באשמורת הבוקר. שפעטער דורכאויס די טאג האט דער רבי פוקד געווען די אנדערע ציונים הק' אין שטאט אלכסנדר, און די מקומות הקדושים אין די שטעט ווארשא, ווארקא, אמשינוב, און לעלוב.


צווישן די פילע אידן וואס האבן זיך דורגעדרייט אין אלכנסדר אין די טעג ארום די יארצייט האט זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א און כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א וועלכער האבן אפגעשטאט א באזוך אינעם נייעם בנין הכנסת אורחים וואו דער רבי'ס האט באוואונדערט די רחבות און באקוועמיליכקייט וואס שפראלט ארויס פון יעדן ווינקל און אנגעוונטשן די חשובע עסקנים אויפן ארט.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

ree
ree

תגובות


bottom of page