האד' רבי יאשיהו פינטו גאב"ד מאראקא באזוכט ביי האד' ממחנובקא בעלזא
- בחצרות הקודש

- 29 בספט׳ 2024
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 30 בספט׳ 2024
זונטאג פ' האזיני • כ"ו אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהודה פרקוביץ/איתי קצב
האד' רבי יאשיהו פינטו גאב"ד מאראקא וואס איז צוגאסט די טעג אין ארץ ישראל איז דעם ערב שבת נאכמיטאג אנגעקומען קיין בני ברק אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א, וועלכע האט אויפגענימען דעם גאסט אין ביהמ"ד מיט גרויס כבוד און הערצה. עס איז ארומגעשמועסט געווארן פארשידענע ענינים ארום די ימים הנוראים הבאים לקראתנו לשלום און די רבי האט מכבד געוועהן דעם מקובל מיט לחיים און פירות. נאכן באזוך האט די רבי שליט"א אנגעאוונטשן דעם גאסט ער זאל קענען ווייטער מרבה זיין כבוד שמים און איהם ארויסבאגלייט לרחובה של עיר. פון דארט איז דער רב שליט"א צוגעפארן אויף א באזוך ביים ספרדישן מרא דאתרא פון בני ברק הגאון רבי מסעוד בן שמעון שליט"א.
























תגובות