מאנטאג פ' בא • ה' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
א זעלטן געהויבענע מעמד איז פארגעקומען דעם מוצאי שבת קודש בחצר הקודש ספינקא רמת אהרן, ווען עס איז אפגעצייכנט געווארן גאנצע פערציג יאר זינט יענעם טאג ה' שבט ת"ש מ'ם ד'לת, ווען דער ספינקא רבי שליט"א איז בדרך נס געראטעוועט געווארן ביי די שוידערליכע קאר עקסידענט, אין די צייט וואס זיין פאטער הרה"צ ר' יצחק אייזיק זצ"ל מספינקא איז ליידער טראגיש אומגעקומען, אויפן וועג אהיים פון די מסע הלוויה פונעם הייליגן באבא סאלי זי"ע.
די היי יעריגע חגיגה איז געפראוועט געווארן מיט גרויס דערהויבענקייט אינאיינעם מיט די מעמד התחלת כתיבת ספר תורה, וואס ווערט געשריבן דורך כלל חסידי ספינקא לזכותו פונעם רבי'ן, ולזכר נשמתו פונעם טאטן הרה"צ ר' יצחק אייזיק זצ"ל שטייענדיג ערב די הילולא קדישא.
די מעמד איז פארגעקומען אין די היכלי מלכות זאלן אין בני ברק וואו עס האבן זיך באטייליגט הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה. צווישן אנדערע האט זיך אנגעזעהן דעם רבינ'ס פעטער כ"ק אדמו"ר מספינקא פון בני ברק, דעם רבינ'ס ברודער כ"ק אדמו"ר מספינקא גני גד, האדמורי"ם ממאחנובקא בעלזא, סטריקוב, קוזמיר, זוטשקא, זוטשקא אמסנא, חוג חתם סופר, ביאלא רמת אהרן, ראדזין, לייפניק, בערגסאז בית שמש, הגה"צ ר' מנחם ארנסטר ראש ישיבת ויזניץ בשליחות גיסו מרן אדמו"ר מויזניץ, הגה"צ ר' חיים יוסל בידערמאן אב"ד לעלוב ב"ב, הגה"צ ר' יצחק ישעי' ווייס גאב"ד נוה אחיעזר, און נאך חשובע רבנים ומורי הוראה.
די גייסטרייכע מעמד איז געווען א חטיבה אחת פון הלל והודאה, צו דאנקן און לויבן דעם אויבערשטן פאר די גרויסע חסדים, א רייכע סעודה איז געווען צוגעגרייט לכל הקהל הקודש אין באגלייטונג פון פרייליכע מוזיק און לעבעדיגע ריקודין. הרה"ג ר' איטשע שטערנבוך האט אויפגעטרעטן אלס יושב ראש, און מכבד געווען הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן אויפצוטרעטן מיטן משא המעמד.
דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם ספינקא רבי'ן, וועלכער האט ארומגערעדט איבער די גרויסע נס און רגשי לבבו בהאי יומא דקא גרים, דערנאך האט דער רבי אריינגעשריבן די ערשטע אות אינעם ספר תורה, און מכבד געווען די ברידער און שוואגער הרבנים והאדמורי"ם אריינצושרייבן א אות אין די ספר תורה. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין לכבוד המאורע, און דער רבי האט געטאנצן מיט זיינע ברודערס האדמורי"ם. דאן האט מען געהערט א דרשה פונעם רבינ'ס פעטער הגה"צ גאב"ד נוה אחיעזר, וועלכער האט געהאט א גרויסע חלק אין די נס ההצלה און די דרכי רפואה, און אזוי אויך האט דער פעטער כ"ק אדמו"ר מספינקא פון דונולו משמיע געווען דברות קודש.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען זיין שוואגער הגה"צ ר' מרדכי זושא טווערסקי מטריסק, און דערנאך האט דער רבי פארטיילט כוס של ברכה פאר אלע באטייליגטע.
Comments