top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויהי בנסוע הארון • טויזנטער ביי לוי' פון זקן האדמורי"ם כ"ק אדמו"ר מביאלא זצוק"ל אין ירושלים | ברייטע דעקונג

פרייטאג פ' קדושים • ב' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


ציון במר תבכה וירושלים תתן קולה, דעם ערב שבת אינדערפרי האט דאס הארץ פון כלל ישראל א צאפל געטון, הערענדיג די שרעקליכע בשורה איבער דאס הסתלקות פונעם גאון וצדיק, די זקן האדמורי"ם און שריד לדור הישן, עובד את ה' מנעוריו כ"ק אדמו"ר מביאלא זכר צדיק לברכה וועלכע האט יענע צייט אויסגעהויכט זיין אויסגעלייטערטע נשמה אין טיפן עלטער פון 89 יאר, הוא הלך למנוחות ועזב לאנחות הונדערטער חסידי ביאלא וואס האבן זיך געקלאמערט ארום זיין אור, און קענען אזוי שווער טרעפן א טרייסט נאך די גרויסע אבידה.


דורכאויס די לעצטע וואך איז ליידער געווען מלך אסור ברהטים ווען די רבי איז דעם ערב שבת אחרי אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל למשכבו האחרון, אין די צייט וואס אידן בכל מקומות מושבותיהם האבן איינגעריסן וועלטן לרפואתו השלימה והמהירה מען האט אזוי שטארק געהאפט און ארויסגעקוקט אז די רבי וועט נאך אהיימקומען, צו קענען ווייטער האבן די זכי' זיך חוסה צו זיין בצלו הטהור, מיט גענוי א וואך דערויף אין דעם טאג פון ערב שבת האט מען זיך געגרייט אז אט אט ווערט די רבי באפרייט פון שפיטאל, נאכדעם וואס די מצב האט זיך עטוואס שטאבאלאזירט, אבער מען השמים איז אנדערש באשערט געווארן.


די רבי זכר צדיק לברכה האט אנגעהויבן זיין סדר היום פרייטאג מיט תפילת שחרית בדחילו ורחימו, אינצווישן האבן די משמשים בקודש מסדר געוועהן די לעצטע דעטאלן צום ערווארטעטע באפרייאונג, עס איז געוועהן 9:50 אינדערפרי ווען דאס הייליג הארץ פון רבי'ן האט געגעבן דעם לעצטן קלאפ, און אויסגעהאכט זיין לויטערע נשמה ליוצרה במיתת נשיקה. די דאקטורים וועלכער זענען אלאמירט געווארן אין איילעניש האבן פראבירט צו טוהן וואס זיי קענען, אבער ליידער איז שוין נגזר געווארן די גזירה, די רבי איז ארויף בסערה השמימה איבערלאזנדיג דעם דור עלנד און פאריתומ'ט, די מקורבים ובני המשפחה האבן געזאגט די פסוקי יחוד בקול בוכים, ווען די רבי איז ארומגענימען מיט זיינע חשובע קינדער, צווישן זיי בנו בכורו הגה"צ רבי לייבוש ראבינאוויטש שליט"א אב"ד פרעסאוויטש מאנשטעסטער וואס איז מיט געציילטע שעהן פריער אנגעקומען קיין ארץ ישראל מבקר חולה צו זיין ביים רבי'ן.


די שווערע בשורה האט זיך גלייך צושפרייט אומעטום, און עס האט זיך נישט געלאזט גלייבן אז דער צדיק איז אוועקגעריסן געווארן, פונקט אין די צייט ווען אידן האבן אזוי שטארק ארויסגעקוקט אז די רבי זאל שוין אהיימקומען פון שפיטאל, און מוועט קענען ווייטער נהנה זיין מאורו, עס האט זיך געשפירט אן אבילות איבעראל בכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע, הלוא תדעו כי שר וגדול נפל היום הזה בישראל. עס האט זיך תיכף פארמירט א מאסיווע גרופע פון עסקנים פון די ביאלא קהילה צו אראנזשירן אלע דעטאלן ארום די גרויסע לוויה, צו פארזיכערן כבוד המת כראוי וכיאות, אין די זעלבדע צייט האבן הונדערטער חסידים פון אלע שטעט אין ארץ ישראל געמאכט זייער וועג קיין ירושלים צו קענען אנטייל נעמען באשכבתיה דרבי.


דאס ביהמ"ד הגדול אויף רח' יעקובזון בית מדרשו של רבי איז בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן, דא בין כותלי ביהמ"ד וואו אזויפיל טויזנטער אידן האבן געשעּפט חיות און חיזוק פון די עבודה פון רבי'ן, איז מען א צינד זיך צוזאמגעקומען באוויינען די גרויסע אבידה. אויך די גאסן ארום דעם ביהמ"ד זענען געווען שווארץ פון טויזנטער טויזנטער אידן, זקנים עם נערים אין שפיץ פון פילע רביים און רבי'ס, ראשי ישיבות ומרביצי תורה שליט"א וואס זענען געקומען אפגעבן דעם כבוד הראוי פאר'ן זקן האדמורי"ם.


בעת מען האט דורכגעפירט די טהרה אינעם בית הלויות שמגר האט מען אנגעהויבן מיט די הכנות צו די ריזיגע לוי', וואס איז באשטימט געווארן ארויסצוגיין בשעה 1:30 מיטאג, איידער די מיטה האט פארלאזט בית הלויות שמגר האט מען געהערט דברי פרידה קינה ונהי פונעם געטרייען משמש בקודש הרה"ח ר' יוסף אייכנשטיין הי"ו.


ווי נאר מען האט א ריינגעפירט דעם ארון הקודש אין ביהמ"ד, האבן שטורמישע בכיות אויסגעבראכן אין ביהמ"ד, און לאנגע מינוטן נאכאנאנד האט מען זיך נישט געקענט בארואיגן. הונדערטער חסידים האבן דערביי זיך געריסן קריעה מיט בכיות און געוויין, זייענדיג מתאבל אויף די שרעקליכע אבידה. דער מסע הלוי' האט זיך אנגעהויבן מיט אמירת תהלים, פארגעזאגט דוכן גבאי ביהמ"ד הגדול הרב נתן דוד זאנענשיין, בשם די קהלה האט משמיע געווען געציילטע ווערטער הגאון רבי מאיר בראנד שליט"א מחשובי רבני ביאלא מראשי כולל שומרי החומות וחבר בית דין צדק מחזיקי הדת, וועלכער האט בשם כל הקהל הקודש מפייס געווען, און פארגעליינט טייל פונעם צוואה וואו די רבי בעט מחילה פון די חסידים, דער רב האט ערווענט אז די תוכן הדברים פונעם גאנצן צוואה וועט מען הערשט פארליינען פארן ציבור ככלות ימי השבעה, און גערופן דעם היימישן עולם זיך צו האלטן באחדות ובדיבוק חברים.


שּפעטער האט מען געהערט דעם קול בכי נהי תמרורים דורך דעם רבינס איידעם הגה"צ רבי אברהם יצחק ווייס שליט"א ראש הכולל ביאלא, די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א האבן דערנאך געריסן קריעה און מען האט ארויסגעפירט דעם ארון פונעם ביהמ"ד, ווען די גאסן ארום זענען געווען שווארץ פון די טויזנטער מלוים וואס זענען נאכגעגאנגען דעם ארון מיט אראפגעלאזטע קעפ און געקלאפטע געמיטער. מען האט באגלייט די מיטה צופיסנס כמנהג ירושלים, דורך די גאסן פון יעקובזון, חנה, עלי הכהן, צפניה, יחזקאל, כיכר השבת, מאה שערים, ביז צום הר הזיתים, וואו דער רבי איז געקומען לקבורה נעבן זיין גרויסן פאטער הרה"ק בעל 'חלקת יהושע' מביאלא זי"ע. איידער די קבורה האט די חברא קדישא איבערגעבן כנהוג, מען האט געמאכט די "הקפות" דורך די רבנים הגאונים שליט"א, און נאך די קבורה, האט מען געזאגט די פסוקים כנהוג, אויף וואס דעם רבינס איידעם הגה"צ רבי אברהם יצחק ווייס שליט"א ראש הכולל ביאלא האט געזאגט דעם קדיש מיט גרויס התעוררות.


דורכאויס די לוי', סיי אין ביהמ"ד און אויף די גאסן ארום האבן זיך משתתף געוועהן האדמורי"ם מגור, תולדות אהרן, באיאן, סלונים, קארלין סטאלין, סערט וויז'ניץ, בוהוש, סאדיגורא, זוועהיל, קופיטשניץ, משכנות הרועים, מאקאווא, סקולען ירושלים, נדבורנא ירושלים, קוזמיר, טאלנא, אוזרוב, קאליב, לויצק, סטראפקוב, סטריקוב, סוכוטשוב, תורת חכם, אונגוואר, סאדיגורא ירושלים, הגאון הגדול רבי ברוך דוב פוברסקי שליט"א ראש ישיבת פונוביז, גאב"ד קרית צאנז ירושלים, המשפיע הרה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג, הגה"צ ראש ישיבת טשעבין, ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר, אב"ד מאקאווא אשדוד, הגה"צ רבי יוסף באבד דומ"ץ בעלזא לאנדאן א שוואגער מיטן ביאלא רבי'ן זצ"ל, און נאך פיל.



コメント


bottom of page