דינסטאג פ' בהעלותך • י"ב סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן דעם שבת מיטגעהאלטן די שבת עלייה לתורה פונעם חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון אמעריקא, מיט די כלה א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, די שבת באווארפו איז פארגעקומען אין די אנשי ספרד זאל אין בארא פארק, וואו פילע חסידים און תושבי העיר האבן מיטגעהאלטן די שבת של שמחה אנגעהויבן פונעם טיש פרייטאג צונאכטס, די עלייה לתורה און קידושא רבה און דער שמחת הפארשפיל מוצאי שבת בתופים ומחולות.
היינטיגן דינסטאג וועט דער רבי שליט"א אנקומען קיין ארץ ישראל לכבוד די חתונה וואס קומט פאר מארגן מיטוואך אין שטאט בני ברק.









Kommentare