top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נעילת ימי השמחה בחצר הקודש צאנז ביי שבע ברכות דורך קהילות הקודש צאנז אין צפון ארץ ישראל‎

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 13 בפבר׳
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' יתרו • ט"ו שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין


דעם מאנטאג איז געפייערט געווארן די נעילת ימי השמחה לרגל שמחת בית צאנז - לעלוב - סטראפקוב, ביים שבע ברכות רבתי אין ביהמ"ד הגדול בעלזא אין חיפה וואו עס האבן זיך פארזאמלט חסידי צאנז זקנים עם נערים תושבי צפון ארה"ק, פון די שטעט חיפה, טבריה און צפת לכבודו פונעם אבי הכלה הגה"צ רבי אברהם הלברשטאם אב"ד קרית צאנז טבריה והגלילות וועלכע שטייט בראש פון די קהילות דחסידי צאנז אין גליל.


די שמחה איז געווארן באשיינט דורך די מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, און די אדמור"י ורבני העיר חיפה ובראשם כ"ק האדמורי"ם מסערט וויזניץ, שאץ וויזניץ און נדבורנא חיפה. אין לויף פון די שמחה האט מען געהערט דברים חוצבים מלהבות פונעם רבי'ן שליט"א מיט דברי הדרכה פאר עדת צאן מרעיתו תושבי הגליל, אזוי אויך איז געהערט געווארן שיינע דרשות פון די מחותנים הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א און הגה"צ אב"ד קרית צאנז טברי', דערנאך האבן די ילדי החסידות פארגעזינגען דברי חרוזין לכבוד השמחה הרוממה, נאכן בענטשן און שבע ברכות האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין עילאין וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע נישט קענענדיג זיך שיידן פון די געהויבענע ימי השמחה.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree


bottom of page