top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יומא דהילולא פון הרה"ק בעל ה'חוקי חיים' משומרי אמונים זי"ע בחצר הקודש שומרי אמונים ירושלים

זונטאג פ' כי תבוא • י"ב אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

 

דעם זונטאג ה' אלול האבן שומרי אמונים'ער חסידים געפראוועט דעם צוועלעווטער יאהרצייט און יומא דהלולא קדישא פון הרה"ק בעל חוקי חיים משומרי אמונים זי"ע אין עיה"ק ירושלים בצל בנו כ"ק מרן אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א.


שוין אויף שבת יארצייט - ערב יומא דהילולא - האבן זיך צונויף גענומען פולע חסידים אויף דעם שבתא דריגלא, וואס איז אפגעראכטן מיט גרויס דערהויבנקייט,במשך'ן שבת איז דער רבי צוגעגאנגען צו די תפילות און געפארוועט די טישן זינגענדיג פולע ניגונים פון אביו - דער הייליגער בעל הילולא. מוצ"ש נאך הבדלה האט דער רבי פארגלערנט משניות ווי איינגעפירט. ביי מלוה מלכה האבן זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מפוריסוב שליט"א און הגאון רבי נתן לאנדמאן שליט"א אב"ד חולון וואס האט אויך אויפגעטראטן מיט זיינע זכרונות בצילו פונעם בעל הילולא.


זונטאג צופרי נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א שלחן לחיים, און דערציילט זכרונות פון די יונגע יאהרן בצל אביו הק'. אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי שליט"א ארויף בראש קהל חסידיו אויף תפילת רבים צום ציון המצויינת אויפן הר הזיתים.


נאך מנחה איז פארגעקומען די סעודת הילולא ווי די זקני החסידים און משמשים בקודש האבן דערציילט איבער זייערע זכרונות. דערויף איז דער רבי ערשינען צום עריכת השוה"ט. ביים שלחן הטהור האבן א טייל גענומען פולע איינקלעך פון בעל ההילולא און נאך, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מראדושיץ שליט"א, הגה"צ רבי אשר ראזנפעלד שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין זצ"ל, הגאון רבי משה בראנדסדופר שליט"א גאב"ד היכל הוראה, הגה"צ רבי יחיאל מיכל הלברשטאם שליט"א אב"ד סטראפקוב און ראש ישיבת צאנז לצעירים אין עיה"ק ירושלים זוהן פון כ"ק אדמו"ר מסטרופקוב שליט"א, און נאך.


אין א אומערווארטעטע שריט איז אינמיטן עריכת השולחן הטהור ערשינען אחיו הגדול פונעם רבין שליט"א - כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון אשדוד וואס איז אויפגענומען דורכן רבין מיט א אויסטערלישע יותרת הכבוד און אים מכבד געווען אויפצוטרעטן מיט טרעפלעכע ווערטער במשנתו של אביו הק', און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר זיין ברודער דער שומרי אמונים'ער רבי שליט"א זאהל קענען פירן די עדה הקדושה מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.



Comments


bottom of page