גרויסן עולם ביים שמחת התנאים בחצרות הקודש דינוב – ספינקא – מקור חיים – טארטיקוב
- Bechatzros admin
- 7 במאי
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' אחרי קדושים • ט' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברהם משה ש., JDN
פארגאנגענעם זונטאג איז אין בארא פארק פארגעקומען די שמחת הקישור החיתון פון החתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ ר' זלמן יוסף ראבינאוויטש שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' יחזקאל דייטש שליט"א אבד"ק מקור חיים, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יואל באב"ד שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א.
די שידוך איז געשלאסן געווארן דעם פארגאנגענעם וואך מיטוואך אין שטוב פונעם אבי הכלה בהשתתפות פון די חשובע זיידעס הרבנים שליט"א און דער זיידע כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א וועלכער איז געקומען צופארן פון וויליאמסבורג. מען האט געטרינקן לחיים און מקבל קנין געווען בשירה ובזמרה.
די זיידעס האדמורי"ם שליט"א האבן א לענגערע צייט ארומגערעדט פון די גרויסע יחוס פון די חתן וכלה. און די התקשרות און ידידות פון צדיקי בית ספינקא מיט די צדיקי בית דינוב און מונקאטש דור אחר דור.
דעם זונטאג העעל"ט איז פארגעקומען די שמחת התנאים בבית מדרשו פונעם זיידן כ''ק האדמו''ר מספינקא שליט''א אויף די 18'טע עוועניו אין בארא פארק. מען האט געטרינקן לחיים און געזונגען עטליכע ניגוני שמחה כנהוג.
מיט גרויס כבוד האט מען מקבל פנים געווען דער גרויסער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, וועלכער איז געקומען בטירחא דגופא מיטהאלטן די שמחה בבית אחיו כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א.
די שמחה האט זיך געשלאסן ווען מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד ה' זכות אבות יגן עלינו וכו'. דער גאנצער עולם איז אריבער לברך ולהתברך פון די זיידעס האדמורי"ם שליט"א און די חשובע מחותנים הרבנים הגוה"צ שליט"א.














תגובות