top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ככלות השבעה • שפאנונג ביי תושבי בית שמש צום שבת הכתרה פון האד' מליזענסק אלס ממלא מקום אביו

דאנערשטאג פ' פינחס - י"ז תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


ככלות השבעה להסתלקותו פון כ"ק אדמו"ר מליזענסק זצ"ל, ווערן אצינד געמאכט די לעצטע הכנות לקראת די ערשטע שבת וואס וועט געפראוועט ווערן בצל בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א בבית מדרשו אין בית שמש, מיט די באטייליגונג פון פילע חסידים ואנשי מעשה.


דער נייער ליזענסקער רבי הרה"צ ר' יצחק אייזיק שיף שליט"א, בנו חביבו פונעם ליזענסקער רבי זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' חיים שלמה ראטטענבערג שליט"א מסאלקא ירושלים, איז אויפגענימען געווארן ביי די לוי' אלס ממלא מקום אביו באדמו''רות. פארגאנגענע יאר האט די רבי געעפנט זיין ביהמ''ד לתורה ולתפילה, קהל נועם אלימלך אין די נייע רמה ד' געגנט אין בית שמש, לשמחת לב די הונדערטער תושבי השכונה וועלכע זענען זיך מחי' מיט דעם מקום קדוש, וועלכע איז א הערליכער חסידישער ווינקל א ריכטיגע אכסניא פאר תורה ותפילה.


אצינד ווען דער רבי ווערט אויפגענומען למלא מקום אבותיו, לכהן על כס האדמורו"ת בהמשכת השלשלת, וועט דעם שב"ק פארקומען די ערשטע טיש מיט די באטייליגונג פון פילע אידן. דעם פרייטאג צונאכטס פרשת פנחס עלף דרייסיג וועט דער רבי אריינקומען צום טיש, וואס וועט ווערן מיטגעהאלטן דורך פילע אידן פון אלע געגנטער אין בית שמש.



Comments


bottom of page