שבת משוש לבנו: מאסן האבן דעם חול מועד באגלייט כ"ק אדמו"ר מדזשירקא זצ"ל למנוחות
דינסטאג פרשת בראשית - כ"ה תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
מיט טיפן צער און טרויער האבן הונדערטער חסידים ואנשי מעשה דעם חול המועד סוכות באגלייט למנוחת עולמים כ"ק אדמו"ר מדזשירקא זצ"ל, וועלכער האט ליידער דעם דינסטאג חול המועד אויסגעהויכט זיין נשמה און איבערגעלאזט אן עדה תלמידים וחסידים אבלים ודווים שטייענדיג בעיצומם פון די ימי החג, אין א בחינה פון נהפך לאבל מחולנו.
די מסע הלוויה האט זיך אנגעהויבן אין די נאכמיטאג שעה'ן ביים דזשירקא ביהמ"ד אין בארא פארק וואו עס האבן זיך פארזאמלט א גרויסער ציבור אפצוגעבן דעם כבוד האחרון. מפני קדושת המועד און נישט אויפצוהאלטן די קבורה כרצון קדשו פונעם רבי'ן זצ"ל, זענען נישט פארגעקומען קיין הספדים, וואו דער רבי זצ"ל האט עטליכע מאל אויסגעדרוקט רצון קדשו אז מען זאל אים באערדיגן דארט וואו ער ווערט נסתלק און בשום אופן נישט אויפהאלטן די לויה.
עס זענען בלויז געהערט געווארן קורצע דברי פרידה פונעם רבינ'ס חשובע זין הרה"ג ר' יואל שליט"א ר"מ ישיבת תורת חיים אנטווערפן, הרה"ג ר' ישראל משה שליט"א, און הרה"ג ר' ברוך שלום שליט"א, וועלכע האבן זיך געזעגנט און געבעטן מחילה. דערנאך האט דער ראש הקהל הרה"ח ר' שלמה וויינשטאק הי"ו געבעטן מחילה און זיך געזעגנט בשם די גאנצע קהילה, פארשפרעכנדיג זעהן ווייטער ממשיך צו זיין זיינע הייליגע וועגן און אז דער הויף זאל ווייטער אנגיין לשם ולתפארת. די קינדער האבן געריסן קריעה און געזאגט קדיש כדת וכדין.
פון דארט איז די מטה ארויסגעפירט געווארן ברחובות העיר ווען א גרויסע ציבור האט באגלייט דעם ארון הקודש, אין שפיץ פון האדמורי"ם מזידיטשוב באר שבע, אלעסק, בני תורה צאנז, קהל חסידי ספינקא, אבד"ק נירבאטור, אבד"ק חאמעלניק מאנסי, אבד''ק נטעי גבריאל, אבד"ק ראצפערט וויליאמסבורג, אבד מיקאלאייוו, אבד"ק טארניפאל, אבד"ק סאווראן, אבד"ק מראה יחזקאל, אבד''ק טשערנאוויץ בארא פארק און אבד''ק שערי תפילה בני האדמו''ר מטשערנאוויץ און נאך פילע רבנים חשובים.
שפעטער איז די לוויה ארויסגעפארן צום בית החיים הר שלום אין מאנסי, וואו דער רבי זצ"ל איז געקומען לקבורה. אויפן פעלד נאך די קבורה זענען אנגעקומען די קינדער, וועלכע האבן נישט מלוה געווען ביז אהין כמנהג ירושלים. און עס האבן דערביי מספיד געווען דער זון הרה"ג ר' יצחק שליט"א, און דער זון הרה"ג ר' צבי יעקב שליט"א וועלכער האבן בקול בכי ארויסגעברענגט די געוואלדיגע השפעה פונעם רבי'ן זצ"ל וואס איז אצינד אוועקגעריסן געווארן, און זיין אומערמידליכע מסירות נפש מקרב צו זיין לבבות ישראל לאביהם שבשמים.
אין די זעלבע צייט האבן זיך פארזאמלט די תלמידים וחסידים תושבי ארץ ישראל אין עיה"ק ירושלים זיך מתאבל זיין על סילוקו של צדיק. מען איז זיך צונויפגעקומען אין דזשירקא ביהמ"ד און געהערט א הוק-אפ פון די הספדים. דערנאך האבן אויפגעטרעטן דער זון הרה"צ רבי חיים שליט"א און חתנו הרה"צ רבי משה שמואל ראטטענבערג שליט"א, וועלכע האבן ארומגערעדט איבער דעם רבינס געהויבענע עבודה, אריינצושיינען א ליכטיגקייט אין אידישע הערצער, זיין דביקות בתורת הנסתר, און די פילע צדיקים וקדושי עליון וואס ער איז אין זיי געווען מקושר און קומען אים אצינד מקבל פנים זיין. ביים ענדע האט בנו הרה"צ רבי חיים שליט"א געריסן קריעה און געזאגט קדיש.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.































תגובות