נגידי סאסוב האלטן מיט עלעקטרעזירנדע ימי התעלות ביי מסע הקודש מיט האד' מסאסוב קיין אייראפע
דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

צענדליגע נדיבי עם קודש תומכי מוסדות סאסוב האבן זיך דעם מאנטאג אהיימגעקערט אנגעפילט מיט השפעות טובות, ישועות ורפואות, נאכן מיטלעבן דעם געהויבענעם מסע הקודש בראשות כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, צו די מקומות הקודש אין אייראפע.
די נסיעה האט דערגרייכט איר קלימאקס אינעם הייליגן שטעטל מעזיבוזש אין אוקראיינע, וואו דער רבי שליט"א האט צום ערשטן מאל בחייו באטרעטן דעם הייליגן באדן מקום זריחת אורו פונעם מייסד החסידות מרן אור שבעת הימים הבעש"ט הקדוש זי"ע.
דער רבי מיט די פמליא האבן זיך ארויסגעלאזט אין וועג דאנערשטאג בראשית, קיין קראקא פוילין, וואו דער רבי שליט"א האט אויפן פליגער פארברענגט מיט די חסידים בנועם שיח. לויט א ספעציעלן סדר האט יעדער פון די משתתפי הנסיעה געהאט די געלעגנהייט דורכאויס די רייזע, זיך צו געזעגענען ביים רבי'ן שליט"א בפתקא ופדיון להיוושע בכל מילי דמיטב.
נאכן לאנדן אין קראקא האט מען געמאכט דעם לאנגן וועג אריבער די גרעניץ קיין אוקראיינע און מען איז אנגעקומען קיין אתרא קדישא מעזיבוזש אין א שפעטע שעה.
נאך א קורצע לינת לילה האט מען געדאוונט תפילת שחרית אינעם היכל הבעל שם טוב סמוך ונראה צום ציון הק'. כחצות היום איז מען ארויף צום ציון קודש הקדשים פונעם בעל שם טוב הקדוש, אי' שוקל וסופר צו קענען שילדערן דעם אויסטערלישן התעוררות וואס האט געהערשט ביים ציון המצוינת, נהרי נחלי דמעות זענען פארגאסן געווארן ביי אמירת כל פרקי תהילים, ויהי המקום לחרדת אלוקים בשעת דער רבי שליט"א איז יורד לפני התיבה.
נאך די יהי רצון און קדיש האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברי התעוררות וכיבושין בגודל קדושתו פונעם הייליגן בעש"ט הק', און מעורר געווען רחמי שמים ממשיך צו זיין השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות בזכותו הגדול. דערנאך איז די גאנצע ציבור דורכגעגאנגען מיט קוויטלעך א לענגערע צייט, און דער רבי האט שופך שיח געווען מיט הייסע בכיות לישועתן של ישראל.
נאך ווען דער ציבור האט פארלאזט דעם אוהל, אין א שפעטע שעה בפניא דמעלי שבתא, איז דער רבי שליט"א פארבליבן ביים ציון הק' ביחידות, און דערנאך צוגעגאנגען צו די ציונים הקדושים פון די אנדערע צדיקים שרפי מעלה אינעם אוהל הקדוש.
ס'איז שווער צו שילדערן די התרגשות'דיגע געפילן וואס האט זיך געשפירט במשך דעם שבת, וואס איז געווען איין שטיק התעלות און התרוממות מלא וגדוש מיט רגשי קודש וואס האט משפיע געווען אויף יעדן איינעם. תפילת מנחה און קבלת שבת האט מען געדאווענט בבית מדרשו פונעם בעש"ט הק', וואו דעם רבינס זון הרה"צ רבי משה טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאסוב בית שמש האט פארגעדאווענט קבלת שבת. די סעודת שבת און דער שולחן הטהור איז געפראוועט געווארן דורכאויס שעות ארוכות ביז די שפעטע נאכט שעה'ן, וואו דער רבי שליט"א האט פארברענגט מיט שירות ותשבחות, דברי תורה און סיפורי צדיקים, און דערציילט די השתלשלות הענינים פונעם קורות החסידות אנגעהויבן פונעם הייליגן בעש"ט, בטוב טעם.
שב"ק צופרי האט מען געדאוונט תפילת שחרית אינעם ביהמ"ד פונעם הייליגן אפטא רב זי"ע, און ביים ליינען האט מען אויסגעשטעלט די קריאת מיט צענדליגע עליות אז דער גאנצער ציבור זאל קענען עולה זיין לתורה. נאך מוסף און מנחה איז פארגעקומען א קידושא רבה לרגל חתן בראשית, נאכגעפאלגט מיטן סעודת צפרא דשבתא אינעם זאל, וואו דער רבי שליט"א האט ממשיך געווען מיט די השתלשלות הענינים איבער די קורות ימי החסידות.
רעווא דרעווין איז געפראוועט געווארן אין א גאר געהויבענע העכערע אטמאספערע, וואס האט זיך אריינגעצויגן ביז א שעה נאכן זמן רבינו תם. נאך תפילת מעריב האט דער רבי שליט"א געמאכט הבדלה, און נאך א הפסקה איז פארגעקומען די סעודת מלוה מלכה וואו דער רבי שליט"א האט דערציילט סיפורי צדיקים איבערן הייליגן בעל שם טוב הק' באתרא קדישא דמר. אויך האט אויפגעטרעטן דער רבינ'ס זון הגה"צ רבי חנוך העניך טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאסוב ירושלים מיט א שיינע דרשה איבער די גודל הזכיה צו שטיין לימין הקודש אראפצונומען דעם שווערן עול פונעם רבינס פלייצעס. דערנאך האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד רבי יהושע דוד רעי הי"ו פון שיקאגא, מגדולי תומכי המוסדות, אויף די ענגלישע שפראך.
זונטאג אינדערפרי נאך שחרית האט מען זיך ארויסגעלאזט צום לופטפעלד אין קיעשינוב אויפן וועג צוריק קיין ארץ ישראל. למעשה האט מען זיך אנגעשטויסן מיט פילע עיכובים ביים גרעניץ צווישן אוקראיינע און מאלדאווע, און נאך לאנגע שעות ווארטן ווען מען האט געזען אז מען וועט סיי ווי פארשפעטיגן דעם פליגער, האט מען זיך צוריקגעדרייט קיין פולין מיטן פלאן צו פארן קיין קראקא און פון דארט אהיימפארן. אונטערוועגנס האט דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט זיין רצון צו פארן קיין ליזענסק פוקד זיין דעם ציון פונעם הייליגן רבי ר' אלמילך מליזענסק זי"ע, וואו דער רבי שליט"א איז בלויז איינמאל אין לעבן געווען דארט ביים ציון מיט אריבער 45 יאר צוריק.
מען איז אנגעקומען צום אתרא קדישא ליזענסק באישון ליל און צופרי געדאוונט א ווארימע שחרית לכבוד ראש חודש. נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א ארויף צום ציון קודש הקדשים באגלייט מיט די קבוצה חסידים פונעם רבינס שיירה, וואו די רבי שליט"א האט געזאגט תהילים בהשתפכות הנפש ובדמעות שליש און געליינט די קוויטלעך. נאך תפילת מעריב ביים ציון הקדוש איז מען ארויסגעפארן קיין קראקא, אויפן וועג צוריק קיין ארץ הקודש, אנגעזאפט מיט השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות.
































תגובות