top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע רעבישע חתונה געפראוועט בבית הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש אב''ד איחוד התלמידים ד'סאטמאר

דאנערשטאג פ' נשא - י"ב סיון תשפ"ג | קול בחצרות


דעם וואך זונטאג אויפדערנאכט איז געפראוועט געווארן די שמחת החתונה פון א אייניקל ביי הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א רב ביהמ"ד איחוד התלמידים ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג, איידעם ביי הגה"צ ר' דוד דוב מייזליש שליט"א אב"ד ווייטצען, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף זצ"ל. מיט די כלה א טאכטער פון הרב החסיד ר' אהרן יעקב גרינוואלד שליט"א מחשובי חסידי סקווירא.


די חתונה איז געפראוועט געווארן אין זאל עטרת מאטל לאה ביים מאנהעטן ביעטש צענטער אין ברוקלין, וואו עס האבן באשיינט בראש השמחה די חשובע זיידעס און פעטער'ס אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה, ספעציעל איז געקומען צו פארן פון ארץ ישראל האדמו"ר מפאשקאן, וועלכער האלט אן א נאנטע קשר מיטן חתן אין די לעצטערע יארן.


ביים קבלת פנים איז הגה"צ אבד"ק טארנאפאל שליט"א מכובד געווארן צו ליינען די תנאים, ביים מעמד החופה איז כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א מכובד געווארן מיט סידור קידושין, קריאת הכתובה און די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די זיידעס הרבנים און קרובי המשפחה.


דורכאויס די שמחה האט זיך באטייליגט דער געהויבענער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וועלכער האט געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה און דערנאך מיטן חתן, אזוי אויך האבן באשיינט די שמחה די פעטער'ס האדמו"ר מפאלטישאן, הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג, הגה"צ אבד"ק סאטמאר פופצנטע עוועניו אין בארא פארק, הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן לכבוד די שמחה, הגה"צ אבד"ק סאטמאר בלומינגראוו, הגה"צ ר' חיים שלום האלבערשטאם בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב, און נאך חשובע רבנים ואדמורי"ם.


ביים מצוה טאנץ האט מען אויסגערופן דער גאסט פון ארץ ישראל האדמו"ר מפאשקאן, וועלכער האט געטאנצן לפני הכלה און דערנאך מיטן חתן, דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א וועלכער האט געטאנצן בשלהבת אש כדרכו בקודש.






Comentários


bottom of page