top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענע שמחת נישואין אין שטאט לאנדאן פון נכד כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א

דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

 

חסידים ואנשי מעשה תושבי לאנדאן הבירה האבן מיטגעהאלטן געהויבענע טעג בצל הקודש פונעם געהויבענעם גאסט פון ארץ הקודש כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א ממנהיגי היהדות הצרופה בעיר ה' שמה, וועלכער איז אנגעקומען לחון את פני העיר לפאר על ראש שמחתו ביי די חתונה פון א אייניקל, די חתן א זון ביי חתנו הרה"צ רבי חיים יעקב סאפרין שליט"א אדמו"ר מקאמרנא גאולה.


די שמחה איז געפראוועט געווארן בגיל ורנן וואו פילע תושבי העיר זענען זיך משתתף בשמחת בית צדיקים און זיך וואונטשן פונעם רבי'ן בהאי עידנא דחדוותא, די רבי שליט"א האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה און דערנאך אנגעוונטשן מברכות קדשו לכל העם הנאספים.


במשך די שמחה האבן זיך אנגעזעהן די אדמור"י ורבני העיר צווישן זיי האדמורי"ם מביאלא לאנדאן - קאסאן - סטאניסלאוו - און זידיטשוב לאנדאן, הגה"צ רבי ברוך נתן הלברשטאם אב"ד סאטמאר לאנדאן, הגה"צ רבי משה מנחם וייס אב"ד סאטמאר לאנדאן, הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס, הגה"צ רבי פנחס נפתלי אנגלנדר דומ"ץ פשעווארסק און נאך.


דינסטאג צומארגנס פון די חתונה איז פארגעקומען די שבע ברכות אין די טאטנעם עדת זאל אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א, ווי עס האבן זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א און הגה"צ רבי נפתלי אלימלך לייזער אב"ד פשעווארסק לאנדאן.



Comments


bottom of page