תושבי קאסא גראנדע אונטער רישומא דקדושה נאך געהויבענעם באזוך פון האד' מזוועהיל
- בחצרות הקודש
- 13 בפבר׳
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' יתרו • ט"ו שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

חסידים ואנשי מעשה אין דעם נייעם ישוב אין קאסא גראנדע אַריזאָנע זענען נאָך אַלץ אונטער'ן טיפן רושם, נאָכן באַזוך פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א פון אמעריקא, וועלכער איז געקומען מחזק זיין די קהילה.
די תפילות פון שבת זענען פאָרגעקומען אין ביהמ"ד דינוב בנשיאות הגה"צ ר' מנשה רובין שליט"א אב"ד דינוב קאסא-גראנדא. דער הויכפּונקט פונעם שבת איז געווען דער עריכת השולחן וואָס דער רבי האָט געפּראַוועט מיט דער באַטייליגונג פון תושבי העיר, וועלכער האבן מיטגעהאלטן די זמירות שבת און דברי תורה. שבת בייטאָג נאָכ'ן דאַווענען איז פאָרגעקומען אַ גרויסאַרטיגער קידוש וואָס די קהילה האָט צוגעשטעלט לכבוד דעם גרויסן גאַסט, ביי וועלכן דער רבי איז אויפגעטרעטן מיט דברי חיזוק וברכה פאַר דער גאַנצער קהילה.
זונטאָג איז פאָרגעקומען אַ קבלת פּנים דורך ילדי תלמוד תורה כנסת יהושע ד'קהל חסידים ד'קאַסאַ גראַנדע, וואו דער רבי האָט גערעדט פאַר די תשב"ר דברי חיזוק און פארטיילט מתנות. אויך האָט ער אָפּגעהאַלטן אַן אסיפה מיט די מלמדים בראש פון דעם מנהל הרה"ג ר' אשר יונה הורוויץ שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א, ביי וועלכן ער האָט זיי געגעבן דברי הדרכה בעניני חינוך. גלייכצייטיג האָט דער רבי קובע געווען אַ מזוזה ביי איינעם פון די נייע קלאַסן פון דעם איבערגעבויעטן בנין התלמוד תורה כנסת יהושע ד'קהל חסידים ד'קאַסאַ גראַנדע. דערנאָך איז דער רבי אריבער אויף אַ באַזוך אין שטוב פונעם מרא דאתרא, דער דינובער רב שליט"א, ביי וועלכן ס'איז פאַרגאַנגען אַ הערליכער שמועס באַגלייט מיט סיפּורי צדיקים און דברי תורה. דאָס איז נאָכגעפאָלגט געוואָרן מיט אַ באַזוך ביי דער אכסניא פונעם רבי'ן, דורך הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער שליט"א, אב"ד וראש המוסד, און הרב יושע רובין שליט"א, דער מייסד הקהילה און קאסא גראנדא.
דער רבי שליט"א האָט אויסגעדרוקט התפּעלות וויאַזוי אין אַזאַ קורצער צייט זינט די קהילה איז נתייסד געוואָרן האָט די חשוב'ע הנהלה באַוויזן אַהערצושטעלן אַלעס וואָס אַ אידישע שטאָט דאַרף האָבן אַריינגערעכנט בתי מדרשים, מקוואות, און מוסדות, און אפילו אַ געשעפט וואָס פאַרקויפט אַלע כשר'ע עסנוואַרגן וואָס אַ אידישע שטוב דאַרף האָבן. במשך פון דריי שעה איז דער רבי דורכגעגאַנגען אַלע עניני הקהילה און ענינים העומדים על הפּרק און געגעבן עצה והדרכה און דברי עידוד וחיזוק אויף ווייטער.
מאָנטאָג אָוונט איז פאָרגעקומען אַ צענטראַלע אסיפה פאַר אַלע תושבי העיר, אַריינגערעכנט די עזרת נשים, ביי וועלכן דער רבי האָט אויפגעטרעטן מיט אַ דרשה נלהבה פאַר'ן גאַנצן ציבור. במשך פון צוויי שעה האָט דער גאַנצער ציבור געשלונגען מיט דורשט די וואַרעמע דברי חיזוק און התעוררות ווערטער פונעם רבי'ן שליט"א.









תגובות