top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גלה כבוד מישראל • כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק הרה"צ רבי יעקב שלמה קלוגהופט זצ"ל נסתלק געווארן לגנזי מרומים

מוצאי שבת פ' אמור • י' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


גלה כבוד מישראל


מיט גרויס צער און טרויער קומט אן די ביטערע בשורה איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא שריד לדור הישן, כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק הרה"צ רבי יעקב שלמה קלוגהופט זכר צדיק לברכה, וואס איז דעם ליל שבת נסתלק געווארן לגנזי מרומים אין הויעכן עלטער פון 94 יאהר.


די רבי זצ"ל איז געווען מחשובי וזקני האדמורי"ם אין שטאט בארא פארק, אן עובד ה' מנעוריו, גדול בתורה, און א נחבא אל הכלים נישט מאכנדיג פון זיך קיין עסק.


די רבי איז געוועהן בנו יחידו וממלא מקומו פון אביו כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק הגה"צ רבי לוי יצחק קלוגהופט מסטרעליסק זצ"ל פון לאנדאן, און אן איידעם ביי הרה"ח המפואר רבי יעקב שעכטער ז"ל פון בארא פארק.


אין די לעצטע תקופה איז די רבי זצ"ל געווען היפשט אפגעשוואכט, דעם פרייטאג צונאכטס האט די רבי נאך קידוש געמאכט אינדערהיים, און איז א קארצע צייט דערויף צוזאמגעפאלן און צוריק געגעבן זיין נשמה ליוצרה איבערלאזנדיג נאך זיך א דור ישרים מבורך, חשובע קינדער און אייניקלעך, בנין וחתנין רבנן.


די מסע הלוויה קומט פאר מארגן זונטאג פארמיטאג אין בארא פארק, אויפן וועג קיין ארץ הקודש וואו דער רבי זצ"ל וועט קומען לקבורה בחלקת אבותיו, מער פרטים איבער די לוי' וועט נאכפאלגן.


יה"ר שנשמע ונשבתר בשורות טובות.



Comments


bottom of page