דאנערשטאג פ' בחוקותי • כ"ב אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם קומענדיגן וואך פ' במדבר וועט כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א אונטערנעמען א מסע קודש צו די קברי אבות אין אייראפע לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגאון הקדוש בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע. אזוי ווי היי יאר געפאלט אויס די הילולא קדישא בעצם יום השבת קודש, וועט דער רבי שליט"א ארויפגיין צום ציון הקדוש אין שטאט מונקאטש דאנערשטאג ערב ר"ח סיון דער יום המסוגל לישועות ורפואות. אויף שב"ק איז דער פלאן צו וויילן אינעם עיר האבות 'דינוב' וואו עס מקום מנוחת קדשו פונעם ריש שולשלתא קדישא דער הייליגער בני יששכר זי"ע.
ווי עס הייסט יעצט וועט דער רבי שליט"א ארויספארן דעם קומענדיגן דינסטאג פרשת במדבר הבעל"ט ווי מען וועט אי"ה לאנדן מיטוואך אין בודאפעסט-אונגַארן וואו מען וועט מתפלל זיין ביי די ציונים הקדושים אין אוהעל, ליסקא און קערעסטיר. דאנערשטאג וועט מען פארן צום עיר האבות מונקאטש פוקד זיין די ציונים הקדושים פונעם הייליגן שם שלמה, דרכי תשובה, און מנחת אלעזר ביום המסוגל ערב ראש חודש. ערב שב"ק – ראש חודש סיון – האפט מען צו זיין אין שינאווא, צאנז און ליזענסק. אויף שב"ק וועט מען אי"ה זיין אין דינוב ווי געזאגט, ווי דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן די תפילות און די טישן כדרכו בקודש אויף א דערהויבענעם פארנעם ביומא דהילולא פונעם הייליגן זיידן הגה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע. מוצאי שב"ק וועט מען פוקד זיין די ציונים הקדושים פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע וצאצאיו הק'. זונטאג מיטאג וועט מען אי"ה זיך צוריקערן, האבנדיג אויסגע'פועל'ט אלעס גוטס, און אהיימברענגן פילע זעק מיט ישועות ורפואות לנו ולכל ישראל.
Comentarii