גרויסארטיגער שמחת נישואין בחצרות סקווירא - ראחמיסטריווקא מאנסי - סקאליע - סקווירא גרינוויל
- לפני 25 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג פ' תרומה • כ''ט שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מב"ד, שמואל ד.,JDN
ברגשי גיל וחדוה האבן פילע טויזנטער חסידי סקווירא זוכה געווען מיטצולעבן די גרויסע חתונה אינעם רבינ'ס הויף, פון א דאפלטע אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אייניקל פון זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הרב יעקב יוסף טווערסקי שליט"א, איידעם ביים רבינס זון הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א, איידעם ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, מיט די חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא גרינוויל שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א.
ארום פינף אזייגער איז דער גרויסער דאפלטער-עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אריינגעקומען צום קבלת פנים אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול, אינאיינעם מיט'ן חתן מחותנים און חשובע זיידעס, מ'האט געזונגען ניגוני התעוררות א לענגערע צייט.
מיט קריאת התנאים איז נתכבד געווארן דער פעטער המשפיע הרה"צ רבי ברוך פנחס גאלדשטיין שליט"א אב"ד סקאליע, נאכ'ן אנטון די קיטל פאר'ן חתן איז מען אריבער צום באדעקן אינעם אלטן ביהמ"ד, און דערנאך איז מען אנגעקומען צום מעמד החופה פארנט פון ביהמ"ד הגדול.
מיט סידור קידושין איז נתכבד געווארן דער סקווערער רבי, עדי קידושין הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא, און הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל אבד"ק נייטרא מאנסי, קריאת הכתובה דער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא פלעטבוש שליט"א, ברכות ראשונות דער זיידע כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א. נאכן חופה האט דער סקווערער רבי אנגעוונטשן מברכות קדשו לכל העם הנאספים, און דערביי דערמאנט די בעפארשטייענדע היסטארישע שבת חזק דעם שבת שקלים שטייענדיג א יאר נאכן היסטארישן הכנסת ספר תורה וואס האט מוסיף געווען אסאך פרישע קבלות טובות בענייני טעכנאלאגיע און צניעות. ביים מעמד החופה האט זיך אויך באטייליגט די געהויבענע פעטער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
ארום זיבן דרייסיג איז דער רבי אריבערגעפארן צום זאל פון עטרת טשארנא וואו ס'איז פארגעקומען די חתונה פאר די פרויען, און געוואונטשן מזל טוב פאר חתן כלה אין יחוד שטוב. שפעטער איז דער רבי ערשינען אינאיינעם מיטן חתן און מחותנים אין ביהמ"ד, לקול צהלה ורנה פון די טויזנטער חסידים וואס האבן מיטגעלעבט די שמחה מיט פייערליכע עקסטאז, ווי די רבי האט מעודד געווען די ריקודין בעוז ותעצומות, דערנאך האבן זיך די אדמורי"ם געוואשן צום סעודה מען האט אויפגעגעבן די מאכלים און געזינגען ניגוני שבח והודאה, דערנאך האט מען זיך ווידער ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה, און די גאנצע ציבור איז דורך ביים רבי'ן און די מחותנים וואונטשן לחיים בעת די בחורי חמד און בני המשפחה טאנצן מיטן חתן אין צענטער פון ביהמ"ד.
דורכאויס די שמחה האט זיך אנגעזעהן דאס השתתפות פון אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה צווישן זיי די פעטערס האדמורי"ם מראחמיסטריווקא פון בארא פארק, לעיקוואד, וויליאמסבורג, אוקענוויין, ספרינג וואלי, בארניב, קרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג, סקווירא מאנסי, סקווירא פלעטבוש, אזוי אויך האדמורי"ם מסקולען מאנסי, דאמבראווא מאנסי, סאטינוב, אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג, אב"ד סלאנים מאנסי, אב"ד נאסויד מאנסי, אב"ד ווענגרוב, אב"ד יאסלא, און נאך.
נאך א קארצע הפסקה איז דער רבי ווידער אריינגעקומען אין ביהמ"ד און דאן האט הר"ר אהרן בער ראטה הי"ו אויפגערופן די דרשה-געשאנק דורך די זיידעס און מחותנים. מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן דער פעטער הגה"צ אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג שליט"א, ברכות ראשונות דער זיידע הרה"צ רבי יצחק טווערסקי, און ברכה אחריתא דער חשובער גאסט הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, נאכן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים אויפן אויבן אן.
דערנאך איז פארגעקומען די געהויבענע מצוה-טענץ, צוערשט האט בדחנא דמלכא הרב יחיאל מיכל אייזנבערג אויפגערופן דעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, וועלכער האט דערביי אפגעראכטן די ריקודין קדישין מיט גרויס התלהבות, דערנאך דער אבי החתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא גרינוויל שליט"א, ווי עס זענען דערנאך אויך געטאנצן די פעטער'ס האדמורי"ם מסקווירא מאנסי און סקווירא פלעטבוש, דאן האט מען אויפגערופן דעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, דער רבי האט דערנאך מעריך געווען די ריקודין בשמחה עילאה, בשעת דער ציבור הייבט זיך טפחיים על גבי קרקע.
דאן האט מען צוגעטרעטן צו די מצוה-טאנץ פונעם זיידן הרה"צ רבי יצחק שליט"א, וואס איז אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט, ספעציעל ווען ער האט זיך אריינגעלאזט אין א רינג מיט די בחורים אייניקלעך און קינדער אייניקלעך, בשעת די חרוזין האט מען אויך געוואנטשן א מזל טוב מריחוק מקום וקירוב הלבבות פארן געהויבענעם זיידן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. דערנאך האט מען אויסגערופן די אבי הכלה, און דער סקווירער רבי איז דאן אריין אינעם רינג מיט די משפחת המלוכה.
אינעם הויכפונקט האט מען זוכה געווען מיטצולעבן די עבודת הקודש פון מצות הריקודין דורכ'ן גרויסן זיידע דער סקווערער רבי שליט"א, ווי די בדחן האט בתוך דבריו ארויסגעברענגט די הרגשים לקראת די היסטארישע שבת חזק דעם שבת שקלים, וואו די רבי שליט"א איז דאן געווען איינגעהילט אין א דביקות עילאה מיט א קענטיגע התרגשות.
נאכן זינגען די ניגוני התעוררות, האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין פלאם פייערדיגע טענץ לפני הכלה אויף א לענגערע און פרייליכע פארנעם, און דערנאך א רינג מיט'ן חתן און די מחותנים. דערנאך זענען אלע בני משפחת המלוכה אינעם רינג, די חתונה איז פארענדיגט געווארן ארום צוויי אזייגער אויפדערנאכט און דער רבי האט געוואונטשן ברכת קדשו פאר חתן כלה.



































